פראנקרייך – א האקנקרייץ און דער פראז "שמוציגער איד", זענען אנגעפירקלט געווארן אויף די אריינגאנג פון א אידישע עלעמענטערי סקול אין פאריז. די גראפיטי איז באמערקט געווארן צום ערשטן מאל מאנטאג אינדערפרי ביי די "גוסטאוו לעווין סקול" אינעם זעכצנטן דיסטריקט אין פאריז, און די לאקאלע פאליציי האבן אונטערגענומען אן אויספארשונג. אין די זעלבע צייט האט מען געהערט אז אינעם דאליס הילל דיסטריקט אין צפון-מערב לאנדאן, האבן אומאידענטיפיצירטע פארשוינען אנגעפירקלט האקנקרייצן אויף עטליכע געביידעס און טראטורן, פירנדיג צו שארפע פארדאמונג דורך די לאקאלע אויטאריטעטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל