מאסקווע – א רוסישער געבוירענער איד איז אומגעקומען פארלאפענעם חול המועד, פון שווערע וואונדן וואס ער האט געליטן פון א ברוטאלע איבערפאל אויף א גאסט אין סענט פיטערסבורג, רוסלאנד עטליכע טעג בעפאר פסח. דער איד מיכאל ווערעווסקוי איז איבערגעפאלן געווארן דורך א פארשוין, וועלכער האט אים ברוטאל געהאקט אין קאפ, איבערלאזנדיג וועוועסקוי מיט ערנסטע טראמא וואונדן אינעם מח, פון וועלכע ער איז דערנאך אוועק. די פאליציי פארדעכטיגן אז דער איבערפאל איז געווען מאטיווירט דורך אנטיסעמיטיזם, און א פארדעכטיגטער ביים נאמען אכמעד קארשא איז ארעסטירט געווארן, און דערווייל באפרייט געווארן אויף בעיל ביז זיין פראצעס.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל