מיאנמאר – ווי שוין באריכטעט דורכאויס די לעצטערע מאנאטן, קומען פאר אומרוען אין מיאנמאר, וואו די ארטיגע מיליטער האט אונטערגענומען א ברוטאלן קאמפיין קעגן די מינאריטעט מוסולמענער רוהינגא שבט, און נעכטן האט מען געהערט א מערקווירדיגן אנטוויקלונג, אז זיבן מיאנמארער זעלנער וועלכע האבן אומגעברענגט 10 רוהינגא מענער אין א ברוטאלע פאגראם, זענען פאראורטיילט געווארן צו צען יאר טורמע. די אנטוויקלונג איז וויכטיג, וויבאלד עס צייגט אז די מיאנמאר רעגירונג זוכט יא אפצושטעלן דעם מיליטערישן קאמפיין קעגן די רוהינגאס, אבער אנדערע צייגן אן, אז די ארטיגע רעגירונג האט מעגליך נישט געהאט קיין ברירה, ווייל עס זענען געווען קלארע בילדער פון דעם ספעציפישן פאגראם, וואס "רויטערס" זשורנאליסטן האבן פובליצירט, און די זשורנאליסטן שטייען יעצט אויס 14 יאר טורמע אין מיאנמאר פאר'ן באריכטן יענץ.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל