בילד
עס איז הימל און ערד און ביר...

די געשיכטע איז ארויסגעקומען פאריגע מיטוואך, די דריטע טאג חוה"מ פסח, ביי א רעדע, אז עס איז פארהאן א פראבלעם מיט ביר וואס קומט פון די דיסטריבוטאר, וואס - ווי עס האט זיך יעצט ארויסגעשטעלט - איז א אידיש קינד (וואס איז נישט קיין שומר תורה ומצוות).

די רעדנער איז דער באקאנטער הרב הלל וויינבערגער, און ער זאגט איז זיין רעדע (זעה שפעטער) אז די ביר וואס ווערט פארקויפט דורך די "מאנהעטן ביר דיסטריבוטארס" פירמע, איז איכטיג שעבר עליו פסח, און מ'טאר בשו"א נישט קויפן.

היינט זונטאג, אסרו חג פסח, איז די סי.אר.סי. הכשר פירמע ארויסגעקומען מיט א בריוו (זעה שפעטער), ווי זיי שרייבן - צווישן אנדערע, אז צוליב די פרישע אויפדעקונג אז דער אויסשליסליכער דיסטריביוטער פון רוב ביר אין ניו יארק און אומגעגנט איז א איד, זאל מען נישט קויפן קיין ביר, אפילו אין גוי'אישע גשעפטן, ביז נאך די ספירה טעג.

די פאלגענדע ברענדס ביר זענען בכלל נישט דיסטריבוטעד געווארן דורך די "מאנהעטן ביר דיסטריבוטארס": בעקס (Becks), באדווייזער (Budweiser), באד-לייט (Bud Light), קארלסבערג (Carlsberg) און סטעלע-ארטיאס (Stella Artois). די ברענדס מעג מען יא נוצן, אפילו זיי זענען געווען דורכאויס פסח ביים דיסטריבוטאר, וויבאלד זיי זענען גוי'אישע דיסטריבוטארס.

אז דארף ארויסגעברענגט ווערן אז ביר וואס איז געווען פסח ביי א איד א שומתו"מ, און איז געווען פארקויפט פאר א גוי, מעג מען קויפן און נוצן.

לויט ווי הרב וויינבערגער דערציילט, איז פארהאן א הכשר פירמע - נישט קיין היימישע - וואס האט זיך פארבינדן מיט די פאַרוואַלטער פון מאנהעטן ביר דיסטריבוטארס, און געמאכט עפעס א מכירה פאר פסח, אבער איז ניטש גענוג פארלעסליך פאר די היימישע ציבור.

מאגרובער רב, אין ארגון שיעורי תורה, האט נאכגעזאגט פון הרב אשר עקשטיין, אז די מכירת חמץ וואס איז געמאכט געווארן היי יאהר מיט דעם ביר דיסטריביוטער, איז א גרויסע אויפטוה, און איז פארלעסליך.

וויבאלד די א.ד. ביר פירמע האט די בעלות צו דיסטריביוט'ן איבער מערסטענס היימישע געגנטער, דארף מען נזהר זיין זיך צו האלטן צו די ליסטע פון ביר וואס מען קען זיכער נוצן, אדער פארזיכערן אז עס איז נישט געווען ביים דיסטריביוטאר במשך דעם יו"ט פסח. די פאלגענדע געגנטער זענען אונטערגעווארפן אונטער מאנהעטן ביר דיסטריבוטארס: סופאלק קאונטי (Suffolk County), נעסיו קאונטי (Nassau County), קווינס קאונטי (Queens County), קינגס קאונטי (Kings County, וואס נעמט אריין גאנץ ברוקלין), ריטשמאנד קאונטי (Richmond County), וועסטטשעסטער קאונטי (Westchester County), ראקלענד קאונטי (Rockland County, וואס נעמט אריין מערערע שכינות אין אפסטעיט נ.י.), פוטנאם קאונטי (Putnam County), דאטשעס קאונטי (Dutchess County), אלסטער קאונטי (Ulster County אין אפסטעיט), אראנדזש קאונטי (Orange County, וואס נעמט אריין קרית יואל והגלילות), סאליווען קאונטי (Sullivan County, וואס נעמט אריין מערסטענס קעטסקילס געגנטער), דעלעוואר קאונטי (Delaware County), בראנקס קאונטי (Bronx County) און מאנהעטן קאונטי (Manhattan County).

די רעדע
הערט אויס די תמצית פונעם רעדע:


די סי.אר.סי. בריוו
סי.אר.סי. בריוו

1 תגובות

  1. ער פלעגט אלע יארן פארקויפן פאר הלל וויינבערגער די חמץ פאר $3000 היי יאר 2 וואכן פאר פסח האט אים הלל געקאלט צי אפשמיסן א צייט ווען זיך צי טרעפן, האט ער אים געזאגט אז ער פארקויפט די חמץהיי יאר פאר חב"ד (ער האט א פרומע זון וואס וואוינט אין קראון הייטס)

    האט אים הלל וויינבערגער אנגעהויבן צו סטראשן אז ער גייט שרייבן א צעטל אז ער האט נישט פארקויפט די חמץ!

    האט אים דער איזרעלי געפרעגט וואס איז א חילוק פאר וועם מפארקויפט עס, האט ער אים געזאגט אז ער האט שוין יארן חזקה אויף דעים און ער קען נישט גיין צי א צווייטן עק כאן

    דעי גאנצע צעטל פון התאחדות/ הלל וויינבערגער איז א נקמה פארן גוי פארן נישט פארקויפן די חמץ פאר הלל וויינבערגער

    השבמחק

הוסף רשומת תגובה

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל