בעיזשינג. – כינעזער מידיא באריכטעט, אז פאריגע וואך ווען דער צפון קארעא פירער קים יאנג אן האט זיך געטראפן מיטן כינעזער פרעזידענט שי דזשינפינג אין בעיזשינג, האט ער געזאגט פאר דזשינפינג, אז ער וויל מען זאל צוריק אנהייבן די זעקס-שפיציגע געשפרעכן איבער צפון קארעא'ס נוקלעארע וואפנס און מיסיל טעסטס. קים יאנג אן האט זיך באצויגן איבער דעם וואס אין לויף פון די 1990'ער און 2000 יארן זענען אפגעהאלטן געווארן געשפרעכן ביי פארשידענע געלעגנהייטן, צווישן די זעקס לענדער צפון קארעא, דרום קארעא, רוסלאנד, יאפאן, אמעריקע, און כינע, וועלכע האט שטענדיג געדינט אלס גאסטגעבער פאר די סארט געשפרעכן. דאס לעצטע מאל וואס עס זענען פארגעקומען די זעקס שפיציגע געשפרעכן איבער צפון קארעא'ס נוקלעארע וואפנס, איז געווען אין 2009 ,און זייט דעמאלט זענען די באציאונגען געווארן פארערגערט, אז מען האט ניטאמאל געקלערט פון ווייטער פירן די סארט געשפרעכן. יעצט אבער זאגט קים יאנג אן, אז ער איז גרייט ווייטער צו פירן די געשפרעכן, מיט א רעזולטאט וואס וועט ברענגען די ענדע צו צפון קארעא'ס נוקלעארע פראגראם.

בילד

פון לוח היום

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל