דמשק – די אינטערנאציאנאלע געמיינדע איז נעכטן ארויסגעקומען מיט א פאראייניגטער פארדאמונג קעגן דעם אסאד רעזשים אין סיריע, נאכדעם וואס עס איז באריכטעט געווארן אז דער רעזשים האט דורכגעפירט א פרישע כעמישע וואפן אטאקע אויף אומשולדיגע ציווילע בירגער.

די כעמישע אטאקע האט פאסירט אויף דעם שטעטל דומא, וואו די אנטי-אסאד רעבעלן זענען אין קאנטראל, און די געגנט איז באלאגערט דורך דעם אסאד מיליטער פון אלע זייטן. אלעס אינאיינעם זענען ארום 85 ציווילע אומגעקומען, אריינגערעכנט פרויען און קליינע קינדער.

די יו-ען סעקיוריטי קאונסיל האט פאררופן אן עמורדזשענסי זיצונג איבער דער סיטואציע, און ספעציפיש האט מען געהערט גאר שארפע פארדאמונג-רייד פון אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ, וועלכער האט באצייכנט אסאד מיט'ן צונאמען "דער חי' אסאד", און האט געסטראשעט אז אסאד וועט צאלן א טייערן פרייז.

בילד




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל