סיריע – א דייטשער דזשיהאדיסט, וועלכער ווערט באשולדיגט אין ארויסהעלפן אראנזשירן די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס, איז געכאפט געווארן דורך קורדישע קרעפטן אין סיריע. מוכאמעד היידאר זאמאר, איז לאנגע יארן געווען א מוסולמענער קלעריק אין דייטשלאנד, און עס ווערט באשולדיגט אין העלפן אראנזשירן די רייזע פונעם סעפטעמבער עלעווען היידזשעקער מוכאמעד אטטא קיין אפגאניסטאן, אז אטטא זאל זיך קענען טרענירן מיט על קאידא. נאך סעפטעמבער עלעווען, איז זאמאר געכאפט געווארן דורך די סי-איי-עי אין מאראקא, אבער אמעריקע האט אים איבערגעגעבן פאר דער סירישער רעגירונג, וועלכע האט אים פאראורטיילט צו טורמע. זאמאר איז באפרייט געווארן געציילטע יאר צוריק, און האט געשפילט א ראלע אין טעראר אקטיוויטעטן אין סיריע, ביז ער איז יעצט געכאפט געווארן דורך פרא-אמעריקאנער קורדישע קרעפטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל