בריסל – דער אייראפעאישער יוניאן האט פארלאפענעם יאר 2017 געגעבן פאליטישע שוץ פאר איבער א האלבן מיליאן פליטים, לויט סטאטיסטיקס וואס זענען נעכטן פובליצירט געווארן דורך אייראפעאישע אויטאריטעטן אין בריסל, בעלגיע. דער ציפער איז בערך 25 פראצענט ווייניגער ווי וויפיל פליטים עס האבן באקומען פאליטישע שוץ אין אייראפע אין יאר 2016, און דאס איז דער רעזולטאט פון א שטארקע קעגנערשאפט פון פילע אייראפעאישע לענדער, וועלכע ווילן נישט ארייננעמען די פליטים צו זיך. לויט די ציפערן וואס זענען פריש פובליצירט געווארן, זעט מען אז דייטשלאנד האט אקצעפטירט זעכציג פראצענט פון אלע פליטים וואס זענען אריינגעקומען קיין אייראפע אין יאר 2017, און דערנאך קומט עסטרייך.

די לענדער פון סלאוואקיי, טשעכיי און פוילן, האבן אריינגענומען די ווייניגסטע פליטים פון אלע אייראפעאישע לענדער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל