סעאל – נעכטן האט מען געהערט א שטארקע דורכברוך אין די אנגייענדיגע געשפרעכן צווישן צפון קארעא, דרום קארעא און די פאראייניגטע שטאטן, ווען דער דרום קארעאר פירער האט געמאלדן, אז ער האט געהערט פון צפון קארעא, אז זיי וועלן מער נישט שטעלן קיין שום אפאזיציע צו דער אנוועזנהייט פון אמעריקאנער טרופן אין קארעא.

אין דער זעלבער צייט האט מען נאכאמאל געהערט פון ווייסן הויז, אז פרעזידענט טראמפ האט ווידערהאלט אז אויב וועט ער נישט זיין צופרידן פון דער דירעקציע פון די געשפרעכן מיט קים יאנג אן ביים היסטארישן סאמיט, וועט ער נישט האבן די מינדעסטע פראבלעם זיך אויפצוהייבן און ארויסשפאצירן פונעם צימער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל