צענדליגע טויזנטער הויך שולע סטודענטן איבער גאנץ אמעריקע האבן היינט - פונקט איין מאנאט נאך די פלארידע שיסעריי - ארויסמארשירט פון די קלאס צימערן אין פראטעסט קעגן די לויזע גאן געזעצן אין אמעריקע וועלכע שענקט נישט די נויטיגע זיכערהייט פאר שולעס איבער׳ן לאנד, און גערופן קאנגרעס צו דורכפירן פרישע און שטרענגערע געזעצן צו פארמיידן אזעלכע טראגעדיעס אין די צוקונפט.

גלייכצייטיג האבן טויזנטער סטודענטן זיך פארזאמלט פארנט פון די קעפיטעל געביידע ווי א רייע דעמאקראטישע געזעצגעבער האבן אויפגעטרעטן פאר זיי און געשטיצט זייער פראטעסט, און אזוי אויך פארנט פון די ״סטאונמען דאגלעס״ שולע אין פלארידע ווי די שיסעריי איז פארגעקומען מיט א חודש צוריק. און אזוי אויך אין די גאסן פון ניו יארק האבן טויזנטער סטודענטן מארשירט אינאיינעם מיט גאווערנער קאומא.

אינעם טאג פון די פראטעסטן האט פאסירט א זעלטענע דערשיינונג אין וואשינגטאן ווען קאנגרעס היינט דורכגעפירט א געזעת מיט א מאסיווע אומפארטייאישע מערהייט פון 407 קעגן 10 צו העכערן די פאנדינג פון די פעדעראלע רעגירונג צו לאקאלע געזעץ היטער מיט 50 מיליאן דאלער יערליך, און דאס וועט גיין פאר פארבעסערן ״בעקגראונד טשעקס״ א.ד.ג און עס שרייבט קלאר אז דאס קען נישט גענוצט ווערן פאר פראגראמען צו באוואפענען לערערס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל