קוועלער אינעם ווייסן הויז זאגן אז פרעזידענט באטראכט ערנסט צו לייגן מאסיווע אימפארט שטייערן אויף כינעזער פירמעס וועלכע מאכן ביזנעס אין אמעריקע און אויף אימפארט פון פראדוקטן וועלכע קומען אריין פון כינע, דער פרעזידענט זאגט אז ער וויל אז די שטייערן זאלן אנקומען צו ארום 60 ביליאן דאלער יערליך, וואס איז א קליינע טייל פון די איבער 357 ביליאן דאלער וואס עס באטרעפט די יערליכע האנדלס דעפעציט מיט כינע.

דער פרעזידענט וועט פרובירן צו צילן הויפטזעכליך טעכנאלאגיע פירמעס אין כינע אלס א מיטל צו באשטראפן כינע פאר דעם וואס זי צווינגט אמעריקאנער טעכנאנאלגיע פירמעס צו אויפדעקן אלע זייערע טעכנאלאגיעס פאר די ארטיגע רעגירונג אויב זיי ווילן פארקויפן זייערע פראדוקטן אין כינע, און די ארטיגע רעגירונג געבט איבער די טעכנאלאגישע אינפארמאציע פאר ארטיגע פראדוצירער וועלכע גנב׳נען די פאטענטן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל