אין סלאוואקיע קאכט זיך שוין עטליכע וואכן איבער די מארד פון א ארטיגע דשורנאליסט וועלכער איז געפונען געווארן געשאסן אין זיין היים נאכדעם וואס ער האט אויפגעדעקט רעגירונג קארופציע, און טראץ וואס די ארטיגע פאליציי זאגט אז די מארד איז ווארשיינליך נישט פארבינדען צו זיין דשורנאליסטישע מיסיע און איז נישט קיין פאליטישע מארד, האט עס אבער געברענגט מאסן פראטעסטן און אויפברויז און האט געפירט צו די רעזיגנאציע פונעם פרעמיער מיניסטער.

דער דשורנאליסט יואן קושיאק האט בלויז טעג פאר זיין טויט אויפגעדעקט א מאסיווע סקאנדאל אז מיניסטארן פון די רעגירונג זענען פארמישט אין שטייער שווינדל און אין שוחד, און טראץ וואס לאקאלע און אינטערנאציאנאלע אויספארשער זענען ביי די מיינונג אז זיין מארד איז נישט פארבינדען צו די אויפדעקונג האט עס אבער געברענגט צו מאסן פראטעסטן און א אויפוואכונג איבער די קארופציע וואס הערשט דארט, און נאכדעם וואס עטליכע מיניסטארן האבן זיך שוין אפגעזאגט האט היינט דער פרעמיער געמאלדן זיין רעזיגנאציע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל