נאכדעם וואס רוסלאנד האט נישט געגעבן קיין ענטפער ביז די אולטימאטום וואס בריטאניע האט איר געשטעלט, האט די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע געמאלדן א רייע סאנקציעס וואס איר רעגירונג לייגט ארויף אויף רוסלאנד, און זאפארט פארטריבן 23 דיפלאמאטן וועלכע זי האט באצייכנט אלס ״אומאפיציעלע שפיאנען״.

זי האט געזאגט נאך א זיצונג מיט די שפיאנאזש הויפטן אז ״מיר האבן נישט קיין אנדערע ערקלערונג צו די געשעעניש, נאר אז רוסלאנד האט דורכגעפירט א אומגעזעצליכע אטאקע אויף בריטישע באדן״ און געזאגט אז עס איז טראגיש אז פוטין פירט זיך אזוי אויף מיט פריינטליכע לענדער.

אזוי אויך האט זי אנולירט אן איינלאדענונג פאר׳ן רוסישן אויסערן מיניסטער וועלכע האט געזאלט באזוכן רוסלאנד קומענדיג מאנאט, און גלייכצייטיג געמאלדן אז מיטגלידער פון די קעניגליכע פאמיליע וועלן אויך אפרופן א געפלאנטע באזוך קיין רוסלאנד צו א ספארט פארמעסט וואס קומט דארט פאר שפעטער דאס יאר.

בריטאניע האט געשיקט א ליסטע מיט די נעמען פון די23 דיפלאמאטן קיין מאסקווע און פארלאנגט זיי זאלן באלדיג פארלאזן בריטאניע. די רוסן האלטן זיך ביי דאס זייעריגע אז זיי זענען נישט פארמישט אין די אטאקע, און האבן פארדאמט די שריט פון בריטאניע און עס באצייכנט אלס ״אומאקצעפטירבאר, אומיושר׳דיג, און קורצזיכטיג״.

די בריטישע אויסערן מיניסטעריום האט אין די זעלבע צייט ארויסגעלייגט א רייזע ווארנונג פאר אירע בירגער נישט צו פארן קיין רוסלאנד, אנגעבנדיג אז צוליב די אנגעצויגענע פאליטישע צושטאנד צווישן די לענדער קענען בריטישע בירגער זיין אויסגעשטעלט צו פארפאלגונג דורך די רוסן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל