אין פענסילוועניע איז נעכטן אפגעהאלטן געווארן א ספעציעלע וואל פארמעסט צו ערפולן די קאנגרעס זיץ פון די 18טע דיסטריקט ביז די מיד-טוירם וואלן אין 10 מאנאטן, און טראץ וואס עס איז נישט קיין וויכטיגע פארמעסט זענען אלע פאליטישע אויגן געווען געוואנדן אהין וויבאלד עס איז באטראכט געווארן אלס א רעפערענדום איבער די סוקסעס פון פרעזידענט טראמפ צו האלטן זיין באזע ווארים פאר די מיד-טוירם וואלן.

די אויסגאנג פון די וואלן איז דערווייל גאר שמאל און איז נאך אומקלאר, אבער דער דעמאקראטישער קאנדידאט קאנאר לעמב האט דערקלערט זיג מיט א גאר שמאלע אויבערהאנט פון 756 שטימען, אבער פארט איז עס א שטארקע קלאפ פאר די רעפובליקאנער וועלכע האבן דארט אריינגעגאסן הונדערטער טויזנטער דאלער, און פאר פרעזידעט טראמפ פערזענליך וועלכע איז ארפאגעקומען דארט קאמפיינען פאר׳ן רעפובליקאנער קאנדידאט.

די דיסטריקט איז באטראכט געווארן אלס ״טראמפ-לאנד״ און טראמפ האט דארט געווינען מיט איבער 20 פונקן ביי די פרעזידענטליכע וואלן, און צוליב דעם ווערט די אויסגאנג באטראכט אלס א צייכן אז טראמפ פארלירט זיין באזע פון מעסיגע רעפובליקאנער, און דאס ווערט אונטערגעשטיצט מיט אן אנקעטע וועלכע צייגט אז צווישן די דארטיגע וויילער פארמאגט דער פרעזידענט א צופרידנהייט ראטע פון אונטער 50 פראצענט טראץ וואס ער האט עס געווינען מיט א באקוועמע 65% ביי די וואלן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל