קוועלער אינעם ווייסן הויז האבן באשטעטיגט אז פרעזידענט טראמפ גרייט זיך צו נאמינירן דעם קאנסערוואטיווער עקאנאמיסט און דשורנאליסט לערי קודלאוו אלס עקאנאמישע ראטגעבער צו ערזעצן גערי קאהן וועלכער האט רעזיגנירט אין ליכט פון די לעצטיגע שריט וואס דער פרעזידענט האט גענומען איבער אינטערנאציאנאלע האנדל. קודלאוו האט געדינט אלס עקאנאמישער ראטגעבער פאר׳ן פרעזידענט ביים קאמפיין, און האט אויך געארבעט אין די רעיגען אדמינסטראציע.

קודלאוו איז אויך נישט צופרידן פון דעם פרעזידענט׳ס לעצטע שריט, און האט זיך עפנטליך אויסגעדריקט דערוועגן, אבער פארט פארמאגט ער די צוטרוי פונעם פרעזידענט און דער פרעזידעט האט געזאגט אז ״מיר זענען נישט איינשטימיג איבער אלעס אבער איבער אויף רוב זאכן זענען מיר אויפ׳ן זעלבן בלאט״ טראמפ האט אים שוין אנגעבאטן דעם פאזיציע און ער האט באוויליגט, און ווי עס שיינט וועט דער פרעזידענט מאכן אן אפיציעלע אנאסירונג דערוועגן נאך די וואך.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל