אין ליכט פון די נעכטיגע אויפשאקלונגען אין די טראמפ אדמינסטראציע אין וועלכע די סעקערטערי אף סטעיט און סי-איי-עי אמט זענען ערזעצט געווארן, האט דער פרעזידענט נאמינירט דשינע האספעל, די ביז יעצטיגע דעפיוטי פארזיצער פון די אגענטור צו ערפולן די פאזיציע אלס דירעקטאר אנשטאט מייק פאמפעאו דער נייעס סעקערטערי אף סטעיט.

האספעל האט 30 יאר ערפארונג אין די אגענטור, און איר אויפנאמע איז אויפגענומען געווארן מיט צופרידנהייט אינערהאלב דעם אגענטור, אבער פילע דעמאקראטן האבן שוין אויסגעדריקט זייער קענגערשאפט צו די נאמינאציע צוליב דעם די ראלע וואס זי האט געשפילט אין די קאנטראווערסיאלע פייניגונג-אויספארשונג אויף טעראריסטן אונטער די בוש אדמינסטראציע.
דער רעפובליקאנער סענאטאר ראנד פאול האט זיך צוגעשטעלט צו די קריטיק פון די דעמאקראטן און געזאגט אז ער וועט זיך קעגנשטעלן די נאמינאציע זאנדיג אז זי האט ״געקוואלן״ פון פייניגן די ארעסטאנטן, ער האט דערמאנט די פאזיציע פון האספעל אלס פירערין פון א סי-איי-עי געהיימע טורמע אין טאילאנד ווי זי האט פערזענליך פארפיגט אויף די פייניגונג מעטאדן וואס מען האט גענוצט אין די אויספארשונגען.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל