יעדן ווינטער קומען די קעלט און שנייען באגלייט מיט נאך א אומאנגענעמער גאסט, נעמליך די ווינטער קרענק, פארקילעכץ, ווירוסן, אדער דער פלו. טראץ וואס עס איז אומקלאר אויב זיך אנטון ווארים וועט אייך אסאך העלפן דערקעגן זענען אבער פארהאן קראנטע שטודיעס וועלכע טוען רעקאמענדירן עסנווארג וועלכע קענען פארשטערקערן אייער אימיון סיסטעם און עס געבן די נויטיגע שטארקייט וואס פאדערט זיך צו אפשלאגן די סעזאנאלע קרענק.
קנאבל - טראץ וואס איר וועט זיך דארפן שווענקן דאס מויל איז ראטזאם צו פארמערן דאס באנוץ פון קנאבל אין די ווינטער, לויט פארשידענע שטודיעס זענען די ענזיימס וואס געפונען זיך אין קנאבל שטארק בייהילפיג פאר דעם אימיון סיסטעם, נוטרישאנס רעקאמענדירן צו עסן די קנאבל צומאלן אדער צושניטן, וויבאלד דאס ברענגט ארויס דעם ענזיים, אבער נישט געקאכט, וויבאלד געקאכטערהייט פארלירט עס פון אירע נאטורליכע בענעפיטן.
ציטרוס פרוכטן און רויטע פאפריקע - עס איז באקאנט אז וויטאמין סי העלפט קעגן פארקילעכץ, אבער נאכ׳ן כאפן דעם פארקילעכץ העלפט עס גאנץ ווייניג, דעריבער איז וויכטיג צו בארייכערן דעם ווינטער דיעטע מיט ציטרוס פרוכטן ווי גרעיפ-פרוכט, מאראנצן, לעמאנ׳ס און קלעמענטינען, וועלכע פארמאגן א הויכע מאס פון וויטאמין סי. ווייניג ווייסן אז רויטע פאפריקע פארמאגט ארום דאפלט וויטאמין סי ווי אין ציטרוס פרוכט, דעריבער שניידט אייך אריין איינס אינעם פרישטאג סאלאט פאר א גרינגערן ווינטער.
אינגבער - צווישן די פארשידענע געזונט בענעפיטן וועלכע קומען מיט אינגבער איז אויך דאס אז עס שטארקט די אימיון סיסטעם, און עס טוט אויך אויסקלארן און אויסרייניגן דעם האלז און קען שווענקן דעם סיסטעם פון באקטעריעס וועלכע האבן זיך שוין אנגעלייגט, אינגבער קען מען קייען טראץ די שארפע טעם, מען קען עס אריינגלייגן אין טיי מיט האניג, און אז איר טרונקט שוין טיי, זייט וויסן אז לויט שטודיעס איז גרינע טיי דאס געזונטסטע צו פארמיידן ווינטער קרענק.
די ליסטע איז גאנץ לאנג און דאס רעכנט אויך אריין בראקאלי, פאפייע, מאנדלן, קיווי, פאפיטעס, און גריכישע יאגורט. און אויסער געזונטע עסנווארג איז אויך וויכטיג צו האלטן די קערפער אקטיוו, איבונגען איז די שליסל צו א געזונטע אימיון סיסטעם, דעריבער טראץ די קעלט לאזט אייער קאר געפארקט און נעמט א לאנגען שפרייז צו די ארבייט אדער אין בית מדרש אריין, איר וועט זיך נישט פארקילן פון א לאנגן שפאציר, נאר פארקערט, זיצן איינגעלייגט וועט איינלאדענען דעם פארקילכעץ פיל שנעלער.

הוסף רשומת תגובה