אין א פרעצעדענטלאזן שריט האט די טראמפ-אדמיניסטראציע עפנטליך באשולדיגט רוסלאנד אין 'העקן' די סיסטעמס פון אמעריקאנער ענערגיע פירמעס דורכאויס די לעצטע צוויי יאר.

אינעם ערשטן אזא פאל, האט די אמעריקאנער רעגירונג דערקלערט אז העקערס פון דער רוסישער רעגירונג האבן ארום 16' אנגעהויבן אריינקריכן אין די קאמפיוטער-סיסטעמס פון א צאל אמעריקאנער ענערגיע פירמעס און קערפערשאפטן, אריינגערעכנט נוקלעארע, וואסער, און אוויאציע איינריכטונגען.

דער באריכט זאגט אז די עף-בי-איי אין צוזאמהאנג מיט'ן היימלאנד-זיכערהייטס דעפארטמענט זענען אויפגעקומען אויף די שפירן פון די רוסישע אריינדרינגערס, וועלכע האבן שפיאנירט אויף די אמעריקאנער סיסטעמס און דארט איבערגעלאזט קאמפיוטער וויירוסעס.

דער באריכט, וואס האט נישט אנגעגעבן די נעמען פון די באטרעפנדע פירמעס, קומט אין דער זעלבער צייט וואס די טראמפ-אדמיניסטראציע האט געמאלדן וועגן סאנקציעס וואס די רעגירונג האט ארויפגעשטעלט אויף ניינצן רוסישע יחידים און ארגאניזאציעס, צוליב זייער ראלע אין פאטשקען מיט די פארלאפענע אמעריקאנער פרעזידענט-וואלן.

רוסלאנד האט אין דער פארגאנגענהייט קאטעגאריש אפגעווארפן אזעלכע באשולדיגונגען איבער איינברעכן אין די סיסטעמס פון אנדערע לענדער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל