צענדליגער טויזנטער סירישע בירגער זענען אין די לעצטע טעג אנטלאפן פון זייערע היימען אין דרום און צפון פון לאנד, וואו צוויי באזונדערע בלוטיגע שלאכטן האבן אויפגעפלאקערט אין די לעצטיגע וואכן.

אין דרום פון לאנד, אין גאַוטאַ, א פאָרשטאט פון דמשק, פירן רוסישע לופט-כוחות דורך העפטיגע באמבארדירונגען אויף די רעבעלן וואס געפינען זיך דארט.

אין דער זעלבער צייט פירט טערקיי א באזונדערן קאמף אין דער צפון פראווינץ פון אַפרין, וואו א סך רעבעלן, בעיקר קורדן, האלטן זיך אויף, און דרייסיג-טויזנט ארטיגע איינוואוינערס זענען אין די לעצטע טעג אנטלאפן צוליב די שלאכטן.

די רוסישע באמבארדירונגען צילן צו פארניכטן די אנטי-אסאד כוחות, אבער די טערקישע באמבארדירונגען קומען מיט'ן צוועק פון אפשטויסן די קורדישע כוחות פון דער גרעניץ מיט טערקיי.

דער בלוטיגער בירגער-קריג וואס בושעוועט אין סיריע שוין זיבן יאר האט געפירט צום טויט פון א געשאצטע 400-טויזנט מענטשן, און ארום צוועלף-מיליאן זענען אנטלאפן אדער פארטריבן געווארן פון זייערע היימען.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל