זיבן אמעריקאנער מיליטערלייט זענען אומגעקומען ווען זייער העליקאפטער האט געקראכט אין איראק, נעבן דער סירישער גרעניץ.

דער קראך איז באלד באמערקט געווארן דורך אן אנדערן אמעריקאנער העליקאפטער, און דאס פלאץ איז תיכף באשיצט געווארן דורך איראקישע און קאאליציע קרעפטן.

ווי דער פענטאגאן זאגט, זעט נישט אויס אז דער העליקאפטער איז אראפגעשאסן געווארן דורך פיינטליכן פייער, נאר איז ווארשיינליך געווען א רעזולטאט פון א טעות אדער א מעכאנישן פעלער.

דער העליקאפטער האט בשעת'ן קראכן געפירט אויף זיך טרופן פון איראק קיין סיריע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל