עס איז א שיינע און זוניגע טאג היינט, מיט טעמפארעטורן נאנט צו נארמאל. היינט נאכט בלייבט קלאר און קאלט, און מארגן הייבט זיך אן מערסטענס זוניג פארמיטאג, אבער וואלקענעס קומען אריין נאכמיטאג. א לייכטע רעגן געמישט מיט שניי קומט אן אין אווענט אין שטאט, מיט לייכטע שניי מעגליך אפסטעיט. דער "דריטע שטורם" - ווי מיר רופן עס - וועט ארויפקומען די איסט קאוסט, און וועט לויט אלע וועטער מאדעלן ווערן גאר א שטארקע שטורם. ווי געווענטליך, מיט א שניי איז עס קיינמאל נישט אזוי פשוט. וואס מען ווייסט יא - מער ווייניגער - איז, אז עס וועט נעמען א טרעק ווייט גענוג פון אונז, נישט צו ברענגען די גרויסע בליזארד וואס דאס גייט ברענגן פאר ניו ענגלאנד, ווי למשל באסטאן. די שאלה איז, וואס עס ברענגט אונז יא? עס זעהט אויס ווי א לייכטע שניי פאר אפסטעיט, און א געמיש פון רעגן מיט שניי וואס טוישט זיך אויף שניי פאר די שטאט און לעיקוואד, ווען די שטורם הייבט אן זיך צו דעוועלאפען שטארק מאנטאג איבערנאכט און דינסטאג צופרי. ווייטער איסט אויף לאנג איילענד און קאנעטיקאט, וועט דאס יא ברענגן מער שניי. די פאקט אז די עיקר שניי וועט זיין לייכטער ווי די לעצטע שטורם, וועט מעגליך נישט העלפען, ווייל עס וועט פאלן מערסטענס איבערנאכט ווען עס איז קעלטער. דערווייל אפסטעיט ווי זיי זענען קאלט גענוג אבער ווייטער פון די שטורם וועט באקומען לייכטערע שניי, וואס דאס איז גוטע נייעס פאר פלעצער וואס האבען באקומען הויפנס שניי מיט די לעצטע שטורם.
די נאכמיטאג׳דיגע וועטער מאדעלן זענען נאך אפילו מער טרוקען, קען עס זיך אויסלאזען מיט זייער ווייניג שניי פאר די ניו יארק מעטרא? דער ענטפער איז יא. האלטס מיט די אפדעיטס שפעטער היינט נאכט און מארגן, אי״ה.
ביי דינסטאג נאכמיטאג איז דער שטורם ווייט גענוג פאר די שניי זיך צו ענדיגען מיט ווינטיגע אבער טרוקענע וועטער ביז סוף וואך. טעמפארעטורן וועלן ווערן אביסעל מילדער ענדע וואך.
די נאכמיטאג׳דיגע וועטער מאדעלן זענען נאך אפילו מער טרוקען, קען עס זיך אויסלאזען מיט זייער ווייניג שניי פאר די ניו יארק מעטרא? דער ענטפער איז יא. האלטס מיט די אפדעיטס שפעטער היינט נאכט און מארגן, אי״ה.
ביי דינסטאג נאכמיטאג איז דער שטורם ווייט גענוג פאר די שניי זיך צו ענדיגען מיט ווינטיגע אבער טרוקענע וועטער ביז סוף וואך. טעמפארעטורן וועלן ווערן אביסעל מילדער ענדע וואך.
ניו יארק סיטי
היינט נאכט -🌛32
מאנטאג-🌥42
נאכט-❄️32
דינסטאג-❄️/🌥40
נאכט-☁️32
מיטוואך-🌤42
דאנערשטאג-🌤42
פרייטאג-🌤48
שבת-🌤52
זונטאג-🌤50
היינט נאכט -🌛32
מאנטאג-🌥42
נאכט-❄️32
דינסטאג-❄️/🌥40
נאכט-☁️32
מיטוואך-🌤42
דאנערשטאג-🌤42
פרייטאג-🌤48
שבת-🌤52
זונטאג-🌤50
לעיקוואוד
היינט נאכט -🌛26
מאנטאג-🌥/🌧?42
נאכט-❄️32
דינסטאג-❄️/🌥40
נאכט-☁️32
מיטוואך-🌤44
דאנערשטאג-🌤44
פרייטאג-🌤48
שבת-🌤52
זונטאג-🌤50
היינט נאכט -🌛26
מאנטאג-🌥/🌧?42
נאכט-❄️32
דינסטאג-❄️/🌥40
נאכט-☁️32
מיטוואך-🌤44
דאנערשטאג-🌤44
פרייטאג-🌤48
שבת-🌤52
זונטאג-🌤50
מאנסי און קרית יואל
היינט נאכט -🌛25
מאנטאג-🌥38
נאכט-❄️26
דינסטאג-❄️/🌥38
נאכט-☁️25
מיטוואך-🌤38
דאנערשטאג-🌤40
פרייטאג-🌤45
שבת-🌤48
זונטאג-🌤46
היינט נאכט -🌛25
מאנטאג-🌥38
נאכט-❄️26
דינסטאג-❄️/🌥38
נאכט-☁️25
מיטוואך-🌤38
דאנערשטאג-🌤40
פרייטאג-🌤45
שבת-🌤48
זונטאג-🌤46
מאנטריאל
(קרית טאהש נעמט אראפ 3 דעגריס)
היינט נאכט -🌛☁️25
מאנטאג-🌤37
נאכט-☁️28
דינסטאג-❄️30
נאכט-❄️27
מיטוואך-🌨34
דאנערשטאג-🌨30
פרייטאג-🌤37
שבת-🌤43
(קרית טאהש נעמט אראפ 3 דעגריס)
היינט נאכט -🌛☁️25
מאנטאג-🌤37
נאכט-☁️28
דינסטאג-❄️30
נאכט-❄️27
מיטוואך-🌨34
דאנערשטאג-🌨30
פרייטאג-🌤37
שבת-🌤43
א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.
הוסף רשומת תגובה