פון יוסי געשטעטנער
אקעי, דו האסט א געדאנק פון א ביזנעס, סערוויס אדער פראדוקט וואס איז שוין פארהאן אין דיין אומגעגענט, קאמיוניטי צו גארער וועלט, אבער דו האלסט אז דו קענסט מחדש זיין עפעס דערין וואס אנדערע האבן נאכנישט געטאן, אדער האסטו א געדאנק פון א נייע סארט סערוויס צו ביזנעס וואס איז נישט פארהאן.
זייער גוט; עס איז געוואלדיג צו טראכן גרויס. אבער בעפאר דו הייבסט אן, דארפסטו זיך פרעגן "וואס איז די פלאן?"

א ביישפיל דערפון, איז טאקע די געשטעטנער ליסטע. עטליכע יאר צוריק האב איך אנגעהויבן דעם ליסטע. די געדאנק פונעם נאמען איז זייער פשוט: מענטשן קענען ארויף גיין אויף די ליסטע פון געשטעטנער, און באקומען אימעילס אין אידיש פון אים. "נו, ביסט שוין אויף די ליסט?" זייער זיס. געוואלדיג. אבער וואס איז די פלאן?
וואו אפט וועט מען שרייבן? וואס וועט מען שרייבן? ווילאנג וועט די שרייבעריי זיין? וויאזוי וועט די ליסטע וואקסן? וויאזוי וועט מען וויסן וועלכע סארט אישוס ליינער זענען נייגעריג צו ליינען? אין וועלכע פארמאט וועט מען עס שיקן, אלס פי.די.עף. אזויווי די ערשטע, אדער די ווערטער אין אן אימעיל אזויווי דעם אימעיל? וויאזוי וועט מען "איינקעשן" אויף די ליסטע? וועט עס האבן רעקלאמעס? אויב יא, וויאזוי וועסטו אנקומען צו ספאנסערס? וויפיל וועט עס קאסטן? וועט מען האבן מער ווי איין רעקלאמע אויף איינמאל? וועט עס זיין אן אינדארסירונג סארט רעקלאמע – דאס הייסט איך וועל שרייבן לויב פון א פראדוקט אינערהאלב דעם פראדאקט – אדער וועט עס זיין א געווענליכע דיספלעי עד? זאל מען בעטן פון מענטשן אויך זייער סעל פאון און אדרעסע? אויב יא, פארוואס יא? אויב נישט, פארוואס נישט? אויב יא, וועט מען שיקן אן אויסגאבע פון צייט צו צייט אויף פאסט? אויב מען וועט נישט שיקן זאכן אויף פאסט, דאן צו וואס זאל מען בעטן די אינפארמאציע.
איך האלט איצט פיר יאר נאך דעם ערשטן אימעיל און רוב פון די פראגעס האב איך ביז לעצטענס נאכנישט געענטפערט, און עס דערקענט זיך טאקע. איך זיך נישט איצט א שטויס מיט אימעילס פון מענטשן מיט ענטפערס אויף די אלע פראגן, ווייל דאס וואס איר ווילט, מיינט נישט אז איך וויל, און דאס וואס איך וויל, מיינט נישט אז די ציבור וויל. איך ברענג פשוט ארויס די פאונט, אז יעדע זאך דארף האבן שטיקל פלאן צו פארבעסערן די טשאנסן צו האבן סוקסעס דערין.
איז ווילאנג איך אינוועסטיר בלויז אביסל צייט דא און דארט אויף א זאך, אהן האבן א געהעריגע פלאן פון וואו מען קומט און צו וועם מען גייט אזוי ווי די ליסטע, דאן איז נישט געפערליך. איבער טויזנט מענטשן זענען ב"ה אויף דעם ליסטע, און רוב אימעילס ווערן געעעפנט דורך צוויי דריטל ליינער. מענטשן האבן הנאה ווען די אימעיל קומט אריין, און קיינער וויינט נישט ווען עס גייט דורך זיבן וואכן און גארנישט קומט אריין. אבער ווען מען גייט אריין אין א ביזנעס וואס מען דארף פאר פרנסה; א ביזנעס וואס וועט קאסטן געלט פאר אינוועסטירער; א ביזנעס וואס וועט אויפעסען א האלב וואך פון דיר אדער מער, מוז מען האבן א שטיקל בלו פרינט וואו מען גייט און קומט.
איך האב גענוצט מיין ליסטע אלס א ביישפיל, אבער נישט ענטפערן יסודת'דיגע זאכן איז א פראבלעם וואס איך זעה סיי ביי די וואס קומען אריין בלויז פאר איין זיצונג פון א שעה אויסצושמועסן ביזנעס זאכן, און סיי מיט דעם וואס אנדערע זענען דא מער לאנג-טערמין פאר וועם מען שטעלט צו פי.אר. סערוויסעס. בעצם בין איך אפילו גארנישט מחדש. א פירוש אויף משניות שרייבט "כשירצה אדם לברר לעיניו שום דבר יפה, צריך להשיב לעצמו תחילה על שבע שאלות יפה: מי, מה, למי, את-מי, מתי, איה, איך ולמה." מען האפט אז ווען מען קומט אריין אויף א זיצונג קען מען העלפן פארענטפערן די זאכן און מען קען בס"ד דערנאך פארן אויף בעסערע רעלסן.

הוסף רשומת תגובה