וואשינגטאן – די אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט נעכטן קלארגעשטעלט, אז געוויסע היסטארישע אידישע ארטיקלען וואס געפינען זיך אין ליביע, וועלן ווייטער קענען לעגאל אריינגעברענגט ווערן קיין אמעריקע, צו ווערן אפגעהיטן פון טעראריסטן, גנבים אדער שווארצע-מארקעט האנדלער. די קלארשטעלונג איז געקומען נאכדעם וואס מיט א מאנאט צוריק האט זיך גערודערט ווען די סטעיט דעפארטמענט האט מסכים געווען ארויפצושטעלן א פארבאט אויף סיי וועלכע היסטארישע חפצים פון אריינגעברענגט ווערן פון ליביע קיין אמעריקע – אויפ'ן פארלאנג פון דער ליביער רעגירונג. אידישע אקטיוויסטן האבן פארפירט, אז דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז די ליביער רעגירונג פארכאפט קאנטראל אויף אידישע היסטארישע ארטיקלען. יעצט האבן זיי געזאגט אז אידישע אביעקטן וואס זענען ווייניגער ווי 250 יאר אלט, וועלן יא קענען ארויסגעברענגט ווערן פון ליביע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל