וואשינגטאן – דער ניו יארק טיימס דעקט אויף, אז פרעזידענט טראמפ'ס געוועזענער לויער, דזשאן דאוד, האט מיט א יאר צוריק דיסקוסירט מיט די לויערס פון מייקל פלין און פאול מענעפארט – צוויי געוועזענע טראמפ ראטגעבער וועלכע זענען שוין אצינד אנגעקלאגט געווארן דורכ'ן ספעציעלן פראקוראר ראבערט מוללער – די מעגליכקייט אז פרעזידענט טראמפ וועט זיי ביידע פארדאנירן, אז זיי זאלן נישט קענען געקלאגט ווערן, אין אויסטויש אז זיי וועלן נישט קאאפערירן מיט דער מוללער אויספארשונג. די אויפדעקונג צייגט אז דאס ווייסע הויז האט געארבעט צו שטערן די מוללער אויספארשונג, אבער למעשה האט זיך עס נישט אויסגעארבעט, ווייל ביידע זענען שוין זינט דאן געקלאגט געווארן דורך מוללער, און זינט דאן האט פלין שוין אנגעהויבן קאאפערירן מיט מוללער, און מענעפארט שטייט אויס גאר הארבע פינאנציעלע קלאגעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל