וואשינגטאן – נעכטן האט דער סופרים קאורט אנגעהויבן אויסהערן א קעיס איבער קאנגרעסיאנאלע דיסטריקטס וועלכע ווערן אומלעגאל איינגעטיילט און געשניטן מיט פאליטישע מאטיוון, וואס ווערט גערופן "דזשערימענדערינג", אבער אנשטאט ווי ביז יעצט אין די לעצטערע מאנאטן, ווען די באשולדיגונגען איבער דזשערימענדערינג זענען געפלויגן אין ריכטונג פון די רעפובליקאנער, אריינגערעכנט די קאנגרעס מאפע אין פענסילוועניע וואס דער ארטיגער סטעיט סופרים קאורט האט איבערגעמאכט, האט זיך דער נעכטיגער קעיס באצויגן איבער דעם וואס די דעמאקראטן אין די סטעיט מערילאנד האבן געשניטן די ארטיגע דיסטריקטס אויך מיט פאליטישע מאטיוון, און ספעציפיש דעם ארטיגן זעקסטן דיסטריקט, וואס איז איבערגעמאכט געווארן מיט'ן ציל שווערער צו מאכן פאר אן אמטירנדן רעפובליקאנער קאנגרעסמאן אנצוהאלטן זיין זיץ.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל