לאנדאן – צוויי אידן זענען גאר ערנסט פארוואונדעט געווארן, פון א שרעקליכן עקסידענט וואס האט נעכטן פאסירט אין לאנדאן, ווען א קאר איז ארויפגעפארן אויפן טראטואר. דער עקסידענט האט פאסירט אינעם היימישן גאלדערס גרין געגנט, וואס איז געווען איבערגעפילט מיט אידן, וועלכע האבן זיך געפונען אין די געשעפטן איינצוקויפן לכבוד יום טוב פסח, ווען א קאר איז ווילדערהייט געקומען צו פארן פון דער ריכטונג פון בעווערלי גארדענס, און ארויפגעפארן אויפ'ן טראטואר, אריין אינעם פאדערשטן פענסטער און טיר פון די "וויקטאריע פארמאסי". הצלה און שומרים זענען באלד אנגעקומען צו דער סצענע, און ליידער האט זיך ארויסגעשטעלט אז צוויי אידן זענען שווער פארוואונדעט געווארן – איינער פון זיי איז אפגעפירט געווארן אין א קריטישן צושטאנד מיט א העליקאפטער אין שפיטאל. מ'איז מתפלל לרפואת דוד משה בן רחל און שמעון בן זוהרה.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל