ניו יארק – ארום פופציג עסקנים זענען אראפגעפארן קיין אלבאני, צו שתדל'ען פאר פארשידענע הילפס פראגראמען פאר ארטאדאקסישע פאמיליעס לענגאויס ניו יארק סטעיט. די עסקנים, אריינגערעכנט פארשטייער פון פילע מוסדות התורה, האבן זיך געטראפן מיט די העכסטראנגיקע ראטגעבער פון גאווערנאר קאומאו, און זיך קורצליך באגריסט מיט ליוטענאנט גאווערנאר קעיטי האקול. די הויפט אישוס אויף דער אגענדע פון די עסקנים איז געווען, אז דער סטעיט סענאט און סטעיט לעגיסלאטור, זאלן אויסקלארן אז אידישע שטייערצאלער, וועלכע שיקן זייערע קינדער אין מוסדות התורה, וועלן אויך באקומען א ספעציעלן נייעם שכר לימוד שטייער קרעדיט, וואס איז דערווארט אריינצוגיין אין אפעקט.
הוסף רשומת תגובה