די איינוואוינערס פון א מאנהעטן טראמפ טאוער, וועלכע האבן מיט א מערהייט פון 158 קעגן 59 געשטימט אז די שילד מיט'ן פרעזידענט'ס נאמען זאל באזייטיגט ווערן פון דער געביידע, קלאגן דעם קאנדאמיניום בארד אין געריכט פאר'ן נישט אויספאלגן דעם פארלאנג.

די אפשטימונג, וואס איז אפגעהאלטן געווארן פאברואר פון 17' דורך די דירה-אייגנטימער פון 200 ריווערסייד באולעווארד, איז געקומען מיט'ן אנגעגעבענעם אויסרייד אז דער נאמען 'טראמפ' שטעלט דעם בנין אויס צו א זיכערהייטס געפאר -- א באהויפטונג וואס קאנטער-טעראריזם עקספערטן ווארפן אפ, בעיקר וויבאלד די באטרעפנדע געביידע איז נישט קיין לוקסוריעזער, טייערער פראיעקט און אפילו אויב טעראריסטן זאלן צילן דווקא געביידעס מיט טראמפ'ס נאמען, איז עס זייער נישט מסתבר אז זיי וועלן אויסזוכן דווקא דעם בנין.

נאך דעם וואס דער באורד האט אפגעזאגט אויסצופאלגן דעם פארלאנג, האבן די ארטיגע איינוואוינערס אים אנגעקלאגט אין געריכט, וואס דארף יעצט אנטשיידן ווער פון די צוויי צדדים איז גערעכט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל