אין רעאקציע צו דעם וואס אמעריקע האט פארטריבן 60 פון אירע דיפלאמאטן האט דער רוסישער אויסערן מיניסטער סערגעי לעווראוו געמאלדן אז רוסלאנד וועט פארטרייבן 60 אמעריקאנער דיפלאמאטן וואס ארבייטן אין רוסלאנד.

לעווראוו באשולדיגט אמעריקע אין שפילן א ראלע אין א אינטערנאציאנאלע קאמפיין צו פארשמירן דאס פנים פון רוסלאנד וואס האט געפירט דערצו איז איבער 20 לענדער האבן פארטריבן זייערע דיפלאמאטן, און זאגט אז ענליכע שריט וועט גענומען ווערן קעגן יעדע איינציגע לאנד וואס האט פארטריבן דיפלאמאטן.

רוסלאנד לייקנט קאטעגאריש אפ סיי וועלכע פארבינדונג צו די כעמישע אטאקע אין סולסבורי, אבער די אינטערנאציאנאלע געמיינדע נעמט אן די בריטישע שטעלונג אז רוסלאנד איז פאראנטווארטליך דערפאר נאכדעם וואס די גיפט איז אידענטיפיצירט געווארן אלס נאווישאק וואס ווערט בלויז פראדוצירט אין רוסלאנד.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל