אין עגיפטן האבן זיך היינט געשלאסן די שטים בודקעס נאך 3 טעג פון נאציאנאלע פרעזידענטליכע וואלן אין וועלכער דער פרעזידענט אל-סיסי איז געלאפן פאר ווידערערוויילונג אן קיין ערנסטע קעגנער,  די ערשטע ציפערן זאגן אז ער האט באקומען איבער 90% פון די שטימען, און די איבריגע איז געגאנגען פאר זיין איינציגע קעגנער מוסא מוסטאפא וועלכער איז א פריינט פון אל-סיסי און איז בלויז געלאפן כדי די וואלן זאלן טראגן א פנים פון עכטע וואלן.

אל-סיסי איז געקומען צו די מאכט אלס גענעראל נאכ׳ן ארעסטירן און דורכפירן א פוטש קעגן דעם פריערדיגן פרעזידענט מוכאמעד מורסי, און איז ערוועלט געווארן אין יאר 2014 מיט 97% פון די שטימען, אבער מיט א טורנאוט פון בלויז 47%. יעצט האט ער געפירט א העפטיגע קאמפיין צו העכערן די טורנאוט צו צייגן אז ער פארמאגט די שטיצע פונעם עגיפטישן פאלק.

פארשידענע גרופעס וועלכע האבן באאבאכט די וואלן זאגן אז אין פילע פעלער האט די רעגירונג באצאלט געלט און געגעבן געשאנקן פאר די בירגער צו גיין שטימען, און האט ארגאניזירט באסעס און טראנספארטאציע פון די פארווארפענע דערפער אין א פרואוו צו העכערן די טורנאוט. א זאך וואס איז אפיציעל אומגעזעצליך אין עגיפטן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל