א פייער וואס האט אויסגעבראכטן אין א פאליציי סטאנציע האט אומגעברענגט 68 ארעסטאנטן נאכדעם וואס די פאליציי האט נישט געלאזט די ארעסטנאטן ארויסלויפן זיך צו ראטעווען פון די שריפה.  עס זענען דא פארשידענע ווערסיעס איבער וויאזוי די פייער האט זיך אנגעהויבן און די פאליציי זאגט אז די ארעסטאנטן האבן געעפנט ראיאטן און זיי האבן אונטערגעצינדען דעם פייער.

ווען די פייער האט געפלאקערט האבן הונדערטער פאמיליע מיטגלידער פון ארעסטאנטן זיך פארזאמלט ארום דעם סטאנציע צו פרובירן ראטעווען זייערע טייערע און דערגיין וואס האט פאסירט מיט זיי, אויפ׳ן פלאץ האט אויסגעבראכן שווערע קאנפראנטאציעס צווישן די פאמיליעס און די פאליציי וועלכע האט זיי נישט געלאזט צוקומען און זי באנוצט מיט טרערן גאז און ברוטאלע קלעפ.

צוליב די איבערגעפולטע טורמעס אין ווענעזועלע ווערן טויזנטער ארעסטנאטן געהאלטן אין פאליציי סטאנציעס אונטער שרעקליכע אומשטענדן. די איבערפלוס אין די טורמעס קומט פון א מאסיווע אויפשטייג אין פארברעכנס צוליב די שווערע הונגער וואס פלאגט דאס לאנד.

די אינצידענט האט געשאפן א נאציאנאלע שטורעם אין לאנד, און האט געברענגט פילע פראטעסטן, דער הויפט פראקוראר אין ווענעזועלע האט פארשפראכן א גרונטליכע אויספארשונג צו דערגיין ווער עס איז שולדיג אין די מאסן טראגעדיע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל