עטליכע סטודענטן זענען צייטווייליג סוספענדירט געווארן פון א פרעסטיזשפולער שולע אין בריסטאל, נאכ'ן צווינגען א אידישן שולער צו עסן א פיצא וואס האט אין זיך פארמאגט חזיר.

דער אידישער סטודענט, פופצן יאר אלט, איז אויסגעשטעלט געווארן צו "פסיכאלאגישע פייניגונגען", ווען א צווייטער סטודענט האט אים געצוואונגען צו עסן דאס פארבאטענע עסנווארג אין פראנט פון א גרופע שולערס.

דער צווינגער האט גע'טענה'ט אז ער האט דעם אקט נישט אפגעטאן מיט קיין אנטיסעמיטישע מאטיווען, אבער קוואלן האבן געזאגט פאר דער פרעסע אז דאס איז נישט דער ערשטער אנטי-אידישער אקט אין יענער שולע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל