דער געוועזענער סענאטאר פון ניו יארק, על דאמאטאו, האט געגעבן זיין אינדארסירונג פאר'ן רעפובליקאנער גאווערנאר קאנדידאט, דזשאן פראנצעסקאו, אנווייזנדיג אז יענער איז דער "שטארקסטער קאנדידאט" צווישן די רעפובליקאנער.

פראנצעסקאו, וועלכער דינט אלס סטעיט סענאטאר זינט 92', וועט זיך דארפן פארמעסטן אין די רעפובליקאנער פריימעריס מיט'ן דאטשעס קאונטי עקזעקוטיוו, מארק מאלינאראו.

דאמאטאו, וועלכער האט פריער אויסגעדריקט שטיצע פאר גאווערנאר קאומא, זאגט יעצט אז ער נעמט נישט קיין שטעלונג לגבי דעם אלגעמיינעם פארמעסט, און זיין אינדארסירונג פאר פראנצענסקאו איז בלויז פאר די רעפובליקאנער פריימעריס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל