ער האט זיך אויסגעטון די הענטשוך...,
פרעזידענט טראמפ האט זיך דעם שבת און זונטאג ארויסגעלאזט אין א כוואליע פון קריטיק אקעגן דעם ספעציעלע פראקוראר 'ראבערט מולער', איבער דעם וואס די רוסלאנד אנוועסטיגעישאן פארציעט זיך אזוי לאנג און עס נעמט נישט קיין עק, טראמפ האט געטוויטעט אז די אינוועסטיגעישאן האט זיך ווען קיינמאל נישט געדארפט עכט אנהייבן, אבער שוין ממילא.., אבער וואס למען השם איז די געוואלדיגע אריכות האינוועסטיגעישאן? ספעציעל יעצט נאכדעם וואס א יעדער ווייסט שוין קלאר אז עס איז נישט געווען קיין שום קעלוזשען צווישן דעם טראמפ קאמפיין און רוסלאנד, טראמפ האט צוגעענדיגט זיין קריטיק מיט א מעכטיגע "וויטש האנט"...

דאס איז דער ערשטער מאל וואס טראמפ אטאקירט ספעציעלע פראקוראר ראבערט מולער פערזענליך, ביז יעצט איז אויב האט טראמפ געוואלט אויסגיסן זיין כעס אויף די אינוועסטיגעישאן, פלעגט ער עס אנרופן בכללות, "די אינוועסטיגעישאן טויג נישט" אדער "דער גאנצע אינוועסטיגעישאן איז א וויטש האנט"וכדו'. יעצט אבער איז עס געווען די ערשטע מאל וואס פרעזידענט טראמפ האט אטאקירט מולער'ן פערזענליך, ארויסשרייבענדיג אויפן 'טוויט' קלאר און דייטליך אז 'מולער' איז דער וואס איז יעצט אויפן צימבעל, עס איז לכאורה די ערשטע מאל אין די אמעריקאנע היסטאריע, אז אן אמטירענדער פרעזידענט זאל קריטיקירן זיין אייגענע איינגעשטעלטער פון די יוסטיץ דעפארטמענט, און נאכדערצו אויף אזא נישט פרעזידענטליכע וועג פון אויסלופטערן ברבים א 'טוויט'...

בילד




טראמפ'ס רוגזה נעמט זיך בעיקר אויף דעם, אז אפילו נאכדעם וואס עס זענען אפירגעקומען קלארע אנדייטונגען אז עס איז נישט געווען קיין שום קעלוזשען צווישן דעם טראמפ קאמפיין און רוסלאנד, צום ביישפיל אין די לעצטע אינדייטמענט אויף די דרייצן רוסישע בירגער וואס האבן פראבירט אנצודרייען עפעס אין די עלעקשאנ'ס, זעט מען קלאר און דייטליך אז עס איז נישט געווען קיין צוזאמארבעט צווישן די טראמפ קאמפיין און רוסלאנד, ווייל ספעציעלע פראקוראר 'ראבערט מולער' אליין שרייבט קלאר און דייטליך אין די אנקלאגע פאפירן אז די דרייצן שפיאנען האבן עטליכע מאל קאנטעקטעט די טראמפ קאמפיין, און אלט'ס האבן זיי עס געטון אויף זייער א קונצליכע וועג אז די טראמפ קאמפיין אנגעשטעלטע זאלן נישט כאפן מיט וועמען זיי דילן, און אודאי און אודאי נישט געוואר ווערן פון דעם אז עס עקזעסטירט דא אין אמעריקע א רוסישע פלאט. יעצט, אויב איז עס אמת אז עס איז געווען עפעס א פארמאט פון צוזאמארבעט צווישן די טראמפ קאמפיין און רוסלאנד, נא, איז צו וואס האבן די רוסן אזוי שווער געארבעט אז די טראמפ קאמפיין איינגעשטעלטע זאלן נישט כאפן מיט וועמעןמען זיי האנדלן? אלא מאי, איז פון דעם ברור, אז עס איז נישט געווען קיין שום 'קעלוזשען'.

אצינד גייט טראמפ א שטאפל ווייטער, נישט נאר וואס די אינוועסטיגעישאן האט זיך ווען שוין לאנג געדארפט פארשלוסן, נאר עס הא זיך מלכתחילה ווען קיינמאל נישט געדארפט ווען אנהייבן..., טראמפ באציט זיך צו די אלטע רעפובליקאנע טענות, אז דער גאנצע אנגעהויבענע FBI אינוועסטיגעישאן איז געווען געבויט אויף די פאלטשע אינפארמאציע וואס די אנטי טראמפ אגענטן האבן דארט איינגעפלאנצט. ספעציעל האבן זיך פארשטארקערט די דאזיגע רעפובליקאנער טענות, נאך דעם וואס אטערני דשענעראל דזשעף סעשאנס האט דעם פרייטאג אפיציעל געפייערט געוועזענע דעפיוטי דירעקטאר 'ענדרו מעקעיב' פון די FBI אגענטור, בלויז צוויי טעג פון ווען ער וואלט סיי ווי געדארפט לויטן סקעדזשעל רעטייערן פון די FBI , וואס דאס האט גורם געוען א ריזיגע חילוק אין זיינע פענסיע געלטער וואס ער דארף צו קריגן פון די FBI אגענטור, סעשאנס האט געזאגט אז דער באשלוס איז געקומען נאכדעם וואס מען האט שוין היינט קלארע פאקטן איבער מעקעיב'ס געפערליכע מיסברויכן, און כאטשיג ער איז שוין מער נישט אקטיוו אין דער FBI בכלל, זינט עס איז ערשינען דער רעפובליקאנער קאנגרעסיאנאלע 'מעמאו', אבער דאך האט ער אים יעצט געפייערט 'פארמאל' אזוי אז עס זאל מאכן א חילוק אין זיינע פענסיע געלטער.

דער געפייערטע געוועזענע דעפיוטי דירעקטאר פון די FBI ענדרו מעקעיב האט שווער אראפגעשלונגען די באליידיגונג, אין א אונטערוויא דעם זונטאג האט ער באשולדיגט, אז דער גאנצע מערכה אקעגן אים איז בלויז א חלק פון דער דילעגימעטאציע וואס דער טראמפ אדמיניסטראציע וויל ארויפשמירן אויף די FBI . אזוי צו אזוי, שרייען טראמפ מיט די רעפובליקאנער אז דער אינוועסטיגעישאן וואלט זיך ווען קיינמאל נישט געדארפט אנהייבן, א אינוועסטיגעישאן וואס מעקעיב האט געגרינדעט, און וואס מעקעיב האט געהאלפן באשאפן די אינפארמאציע וואס האט זיך אויסגעפעלט אז דער אינוועסטיגעישאן זאל קענען אנגיין, ספעציעל יעצט אז מען ווייסט קלאר די אלע מעשים טובים וואס דער מעקעיב האט אלט'ס אפגעטון, אבי אז אלעס זאל קלאפן לויט זיינע פארטיי'אישע מיינונגען, וואלט מען ווען שוין זיכער פון לאנג געדארפט אפשפארן דער אינוועסטיגעישאן.

וואשינגטאן סטראטעגיסטן האבן אויפגעברענגט די חשש, אז די פארמערטע אטאקעס אקעגן מולער מיט זיין שטאב קען אנדייטן, אז פרעזידענט טראמפ איז שוין היינט אסאך מער נענטער צו דער געדאנק פון פייערן מולער, וואס אויב איז דאס ריכטיג, דאן שטייען מיר פאר גאר פרייליכע טעג אין וואשינגטאן, מיט אסאך אמוניציע און פייער אין ביידע ריכטונגען. דער רעפובליקאנער סענעטאר 'לינזי גרעהם' האט דעם שבת געזאגט אין א אונטערוויא, אז אויב וועט פרעזידענט טראמפ פייערן דעם ספעציעלע פראקורא ראבערט מולער, "דאן וועט דאס זיין דער אנפאנג פון דער ענדע צו זיין פרעזידענטשאפט", זעט זיך אויס אז גרעהעם האט מיט דעם געוואלט אפשרעקן טראמפ מיט זיינע אדווייזער'ס פון צו טון אזא שריט. אבער ווער עס קען אביסל טראמפ ווייסט, אז אזעלכע סארט אונטערוויא'ס טוט גאר נאך מער אויפרייצן טראמפ צו טון אזעלכע שריט...., אזוי צו אזוי, איז זעכער אז עפעס ערנסט קאכט זיך אינעם ווייסע הויז וועגן די אינוועסטיגעישאן. ימים ידברו.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל