א "קאמאדיטי" רופט מען געווענליך רויע מאטריאל ווי זאלץ, צוקער, פעפער, אדער געז, וכד', וואס איז כמעט נישט קיין חילוק פון וועלכע פירמע מען קויפט. ווען א מענטש גייט אין געשעפט וועט ער קויפן וואס ער איז צוגעוואוינט אדער די ביליגסטע.

אויב א פירמע פארקויפט א זאך וואס האט נישט קיין שום ספעציעליטעט און דער קונה באקומט נישט קיין שום פערזענליכע
קשר צו די פירמע, קען עס אויך באטראכט ווערן אלס א "קאמאדיטי", און פארשטייט זיך אז עס איז פיל ווייניגער ווערד ווי א פראדוקט וואס א מענטש זוכט יא דייקא פון א ספעציפישע פירמע, וויבאלד ער שפירט אז די פירמע גיבט אים עפעס מער און ער ווערט צוגעבינדן דערצו.

בילד



אפילו אן עירליין פירמע וועט זוכן צו טון ספעציעלע שריט אז די רייזנדע זאל ווערן צוגעבינדן צו זייער פירמע. זיי וועלכע מאכן מיילן-פראגראמען און אנדערע ספעציעליטעטן, כדי דער קאסטומער זאל זוכן צו פארן דוקא מיט זיי, ווייל בעצם טוט דאך יעדע עירליין די זעלבע זאך, זיי טראגן דיר אריבער פון איין פלאץ צום צווייטן.

יעצט, אויב דו פארקויפסט סיי-וועלכע פראדוקט אדער סערוויס, זענען פארן דריי גרופעס וועלכע האבן אן אינטערעסע אז
מען זאל באטראכטן דיין פראדוקט\סערוויס ווי א קאמאדיטי וואס האט נישט קיין ספעציעלע ווערד אלס דיין פירמע.

די ערשטע זענען דיינע קונקורענצן – זיי ווילן אז מענטשן זאלן באטראכטן דיין פראדוקט ווי א קאמאדיטי וואס מען קען
באקומען איבעראל, און ס'איז נישט קיין שום חילוק וואו מ'קויפט עס. שוך קען מען קויפן איבעראל, און מען קען אויך גיין צו יעדע ביזנעס-קאנסאלטענט, ווייל יעדער גיבט די זעלבע עצות, מ'קען טוישן אינמיטן, ס'איז אלעס די זעלבע.

די צווייטע גרופע זענען די קאסטומערס, ווייל אויב קענען זיי אוועקשטעלן דיין ביזנעס אלס גארנישט ספעציעל, ברענגט עס אראפ די פרייז. קאמאדיטי קויפט מען וואו ס'איז די ביליגסטע. און די דריטע גרופע זענען די אלטערנאטיווס צו דיין פראדוקט. למשל אויב דו פארקויפסט דזשולערי פאר מתנות, איז דא איינער וואס פארקויפט קריסטאלנע כלים פאר מתנות און ער קאנקורירט אויף דעם זעלבן הונדערטער וואס איר דארפט.

דאס איז אויך די גרויסע חילוק צווישן א 'קאסטומער' און 'קליענט'. א קאסטומער איז א מענטש וואס קויפט ביי דיר פערצופאל. ער איז אבער נישט צוגעבינדן צו דיר. א 'קליענט' איז ווי למשל אן אדוואקאט וואס האלט אינמיטן א קעיס, אן אקאונטענט, א דאקטאר, וואס האט א שטארקע פערזענליכע קשר מיט'ן מענטש, און עס טוישט זיך נישט אזוי גרינג.

אויב דיינע קאסטומערס זענען 'קאסטומערס' ווערסטו א קאמאדיטי, אויב קענסטו זיי מאכן פאר 'קליענטן' באקומען זיי א שיעבוד און א קשר צו דיר. און אין דעם לוינט זיך צו אינוועסטירן צו שאפן א קשר מיט די קליענטן, זיי צו מאכן צוגעבינדן צו דיינע פראדוקטן\סערוויסעס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל