די לאנג ערוואטעטע פארענדיגונג פון די ביאלא ביהמ"ד וועט פארקומען היינט אי"ה ביים גרויסארטיגן חנוכת הבית. די לעצטע פאזעס פונ'ם גרויסע בוי פראיעקט זענען שוין גענצליך צוגעענדיגט, גרייט זיך פאר די חנוכת הבית וואס וועט פארקומען אין איינעם מיט די הכנסת ספר תורה נתנדב געווארן דורך דער באקאנטער עסקן ראש וראשון לכל דבר שבקדושה הרה"ח ר' שמחה שטיינבערגער שליט"א און שוועסטערס, - די לאקאלע קאנסלער פון העקני, לזכר נשמת זייערע חשובע עלטערן ר' צבי ואיטא שטיינבערגער ז"ל.

שוין גלייך ווען די בוי ארבעט האט זיך נאר אנגעהויבן פאר עטליכע יאר צוריק, האט דעם שיינעם בנין ביי די קארנער פון מאונדפילד און רעיווענסדעיל ראוד געצויגן פיל אויפמערקזאמקייט, אפילו די אלטע ביהמ"ד וואס האט עקזיסטירט ביים עק גאס, איז געוועהן גאר גוט באקאנט פאר אלע נאנטע און ארומיגע אלס מקום תורה ותפילה פאר אלע שיכטען פינעם געגענט, איז זיכער אז די נייע און פרעכטיגן בנין וועט זיין א ריכטיגע שטאלץ פאר די לאנדענע קהילה, ספעציעל זינט די לעצטע 10 יאר וואס די געגנט האט בייגעלעבט אן אויסטערלישע פארמערונג פון משפחות וואס האבן זיך באזעצט דערנעבן כ"י.

בילד



דאס אוועקשטעלן דעם נייעם ביהמ"ד, מיט איר פולן פראכט, וועט פארשאפן בס"ד א צענטער פאר אלע שיכטן און קרייזן צו נהנה זיין דערפון. די ביהמ"ד האט מען א נאמען געגעבן ביהמ"ד "קהל ברכת צבי". וואס איז געבויט געווארן לשמו וזכרו פין הרב ירחמיאל צבי יהודה זצוק"ל, אדמור"ר מביאלא פשיסחא בעל ברכת צבי, פאטער פון יבלחט"א דעם רבי'ן שליט"א.
די הערליכע בנין באשטייט פון פיר שטאק, מיט אלע מעגליכע צוגעהערן, אנגעהויבן פונ'ם גרויסע'ן היכל הביהמ"ד, ביז'ן קליינעם חדר המנינים. א ריזיגע אוצר הספרים מוט העכער 20,000 ספרי קודש, וואס איז מנודב געווארן לזכר נשמת דעם אומפארגעסליכן סאטמאר'ע ראש הקהל בונה ומקים עולמות של תורה ותפילה הרה"ח ר' ישעי' זאב לעוו ז"ל שווער יבלחט"א דעם רבי'ן שליט"א, וועמענ'ס עיקר ציל אין לעבן איז געוועהן צו פארשפרייטן און אויפצובויען תורה איבער די גאנצע וועלט.

די מקוה טהרה וואס געפינט זיך אינ'ם בעיסמענט פונ'ם ביהמ"ד,וועט זיין אי"ה א געוואלדיגע הרווחה פאר די גאנצע ארומיגע געגענט. די אויסשטעל און געבוי פון די בורות הטבילה איז געבויעט געווארן אונטער די שטרענגע אויפזיכט פון הרה"ג ר' מאיר פאזען שליט"א פון לאנדאן - קרית ספר. די מקווה באשטייט פון א קוואל וואס מען האט ב"ה געפינען 120 מעטער אינטער די בילדונג. הרב פאזען שליט"א האט מעיד געוועהן אין בריוו תעודות כשרות פאר'ן רבי שליט"א אז דאס איז איינער פון די מערסטע מהודר'דיגסטע מקוואות פון גאנץ אייראפע.

דעם ספר תורה וועט ארויס גיין 6 אזייגער נאכמיטאג פון 10 פארטלאנד, דורך שניידן דעם פארק אויף קלעפטאן קאמאן, קאסטעלוואד, גייענדיג אראפ מאונדפילד ביז'ן קארנער רעיווענסדעיל אריין אינעם נייעם "בית מדרש ברכת צבי ביאלא" ,כיבוד לחיים וועט פארטיילט ווערן אונטן אין דעם אלט'ן בית המדרש יאכלו ענווים וישבעו לכבודה של תורה.
פאקלען און פאנען וועלן אויסגעטייט ווערן פאר די תנוקות של בית רבן אין פארטלאנד עוועניו בעפאר דעם ארויסגאנג פון ספר תורה בתופים ובמחולות, אנקומענדיג צום בית המדרש וועלן פעקלעך וועלן פארטיילט ווערן פאר יונגלעך און מיידלעך אין באזונדערע אדרעסן אזוי ווי אין די צעטלעך.

די מעמד החנוכת הבית איז ערוואטערט צו ציען א גרויסע ציבור אידן פון אלע געגנטער, מיט די חשובע השתתפות פונ'ם מרא דאתרא שליט"א און די רבני העיר וכ"ק אדמור"י בית ביאלא פשיסחא פין ארה"ק. די גאנצע קהילה איז געלאדענט א חלק צו נעמען אין די שמחה לכבוד בית השם ולכבודה של תורה!

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל