כינע – וואס וואלט איר געטון ווען איר שטייט אויף איין פרימארגן און איר זעט א מעסעדזש אויף אייער סעלפאון אז איז זענט אויסגעשפארט פאר גאנצע 47 יאר?... אט דאס האט פאסירט מיט א פרוי אין שאנכאי, כינע, לויט א באריכט פון די "סאוט כינע מארנינג פאסט" ווען זי האט געגעבן איר אייפאון פאר איר קליינע צוויי יעריג קינד, און ווען זי האט עס צוריקבאקומען האט זי געזען א מעסעדזש, אז זי איז אויסגעשפארט פאר די קומענדיגע 47 יאר, ווארשיינליך צוליב וואס דאס קינד האט אריינגעלייגט די נישט ריכטיגע פעסווארד ביים פרובירן עפענען דעם פאון. עפל זאגט אז זיי זענען נישט אזוי אנטציקט פון דער מעשה, וויבאלד זיי האבן שוין מיטגעהאלטן פעלער ווי מענטשן זענען געווארן אויסגעשפארט פאר גאנצע 80 יאר...



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל