קאליפארניע – היינט דערווארט מען עס זאל זיך אנהייבן א פראצעס קעגן "אובער" און "ליפט", די צוויי טעכנאלאגיע-באזירטע קאר סערוויס פירמעס, איבער דעם וואס זיי שטעלן זיך נישט גענוג שטארק צו פאר די געברויכן פון מענטשן מיט דיסעביליטיס. מעליסע רייז, א לויער פאר די אנקלעגער, זאגט אז די צוויי פירמעס טוען פאראויסשטופן זייערע דרייווערס צו דרייוון אפילו ווען עס רעגנט, דורכ'ן זיי געבן טייערער באצאלט אין אזעלכע צייטן, אויך שטופן זיי די דרייווערס צו דינגען א קאר, אויב מ'האט נישט אליינס – אבער די צוויי פירמעס האבן נישט קיין שום ספעציעלע אינטערעסע פאראויסצושטופן זייערע דרייווערס צו דרייוון קארס וועלכע זענען אויסגעשטאט מיט באקוועמליכקייטן פאר "דיסעיבלד" פאסאזשירן. רייז זאגט אז דעריבער טוען אירע קליענטן קלאגן די צוויי פירמעס, מיט דיסקרימינאציע קלאגעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל