מאנהעטן – די "קושנער קאמפאניס", א ניו יארקער ריעל עסטעיט דעוועלאפער פירמע וועלכע איז ביז נישט לאנג צוריק געווארן אנגעפירט דורך פרעזידענט טראמפ'ס איידעם דזשעראד קושנער, ווערט באשולדיגט אין אריינגעבן געפעלשטע דאקומענטן צו דער ניו יארק סיטי רעגירונג. אין די דאקומענטן האט די קושנער ריעל עסטעיט פירמע געשריבן, אז זיי האבן נישט אין קיין איינע פון זייערע אפארטמענטס אזעלכע טענענטס וועלכע געניסן פון "רענט רעגולעיטעד" בענעפיטן (דאס הייסט אז די סיטי רעגירונג שטעלט א מאקסימום וויפיל רענט מ'קען זיי בעטן), ווען אין רעאליטעט האבן זיי געהאט הונדערטער אזעלכע סארט טענענטס. אט די פאלשע דאקומענטן, האט ערלויבט די קושנער פירמע ארויסצושטופן טענענטס, דורכפירן שטערנדיגע קאנסטרוקציע און נאך אומלעגאלע שריט, וויבאלד די סיטי אויטאריטעטן זענען געווען בלינד, נישט וויסנדיג די רעאליטעט איבער די קושנער געביידעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל