וואשינגטאן – די ליבעראלע "אמעריקען סיוויל ליבערטיס יוניאן" גרופע זאגט, אז זי האט אריינגעגעבן א געריכטליכע אנקלאגע קעגן דער פעדעראלער "טי-עס-עי" אגענטור, איבער דעם וואס טי-עס-עי אגענטן האבן אין די לעצטע שטיק צייט אנגעהויבן אונטערזוכן סעלפאונס און אנדערע טעכנאלאגישע מאשינקעס פון רייזנדע אויף דאמעסטישע פליגערס. די פעדעראלע רעגירונג האט רעגולאציעס וועלכע ערלויבט אירע קאסטומס און גרעניץ אגענטן אונטערצוזוכן סעלפאונס און טעכנאלאגישע מאשינקעס פון אזעלכע וואס קומען אריין קיין אמעריקע פון אויסלאנד, צו פארזיכערן קעגן אריינלאזן טעראריסטן, אבער אויף אונטערצוזוכן דאמעסטישע פאסאזשירן, זענען נישטא קיין שום פארשריפטן, וויל דעריבער די דערמאנטע גרופע צווינגען די טי-עס-עי אפצושטעלן די סארט אונטערזוכונגען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל