אנדערע האבן עס אנגענומען ווי סתם דעמאגאגיע, אבער געוויסע עקספערטן זאגן אז דער טערקישער פלאן צו עטאבלירן א גלאבאלע איסלאמישע ארמיי קעגן מדינת ישראל איז גארנישט אזא שפאס.

דער געדאנק איז אויפגעברענגט געווארן סוף פון פאריגן יאר אין א האלב-אפיציעלע רעגירונגס-צייטונג פון טערקיי, וועגן גרינדן א ריזיגע ארמיי פון אלע איסלאמישע לענדער אויף דער וועלט, מיט'ן ציל פון אטאקירן און אפווישן מדינת ישראל פון דער מאפע.

די 'יעני סאפאק' צייטונג, וואס איז נאענט פארבינדן מיט'ן טערקישן פרעזידענט עדראגאן און זיין פארטיי, האט פארגעשטעלט אזא היכי תמצא, אין אנבליק פון א סאמיט פון דער 'ארגאניזאציע פון איסלאמישער קאאפעראציע' (או-איי-סי) וואס איז פאריגן דעצעמבער אפגעהאלטן געווארן אין איסטאמבול.

די צייטונג האט גערופן די 57 לענדער וואס זענען אנגעשלאסן אין דער או-איי-סי צו מייסד זיין א ריזיגע 'איסלאמישע ארמיי', וואס וועט זיין אזוי גרויס ווי די גאנצע מדינת ישראל באפעלקערונג, און זיך ארויסלאזן קיין ארץ ישראל און אייננעמען דאס לאנד.

יענער ארטיקל ווייזט צווישן אנדערן אן, אז אינאיינעם וועלן די איסלאמישע לענדער קענען אהערשטעלן א מעכטיגע ארמיי, אויסגעשטאט מיט'ן בעסטן וואפן און מיליטערישער טעכנאלאגיע, וואס וועט זיין גענוג גרויס און מאכטפול בייצוקומען דאס מדינת ישראל מיליטער. דער באריכט שטעלט זיך באזונדערס אפ אויף פאקיסטאן און אירע נוקלעארע מעגליכקייטן, אלס לאנד פון "ספעציעלער וויכטיגקייט" אין אזא מיליטער.

די וועלט האט זיינער-צייט אויפגענומען דעם באריכט אלס סתם פוסטע דעמאגאגיע, אבער עס זענען פאראן אנאליסטן וואס ווייזן אן אויף דעם נאענטן שייכות פון דער צייטונג מיט'ן טערקישן פרעזידענט, ווי אויך דעם פאקט וואס א סך פון די סטאסטיטיקס און פרטים פון יענעם באריכט קומען פון א מיליטערישער קאנסולטינג פירמע, 'סאדאט', וואס איז געגרינדעט געווארן דורך דעם מיליטערישן ראטגעבער פון עדראגאן.

טראץ דעם וואס דער פלאן, ווי ס'איז צום גלייבן, איז נאענטער צו פאנטאזיע ווי רעאליטעט, דערציילט עס אבער אביסל וועגן דעם געדאנקענגאנג פונעם טערקישן פרעזידענט, וועלכער ווייזט טאקע אלץ מער ארויס סימנים פון ראדיקאליזאציע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל