א פרישער אויפרייס אין אוסטין, טעקסאס, האט געפירט צו א פאניק אין שטאט און די פאליציי האט אנגעוויזן די ארטיגע איינוואוינערס צו בלייבן אין שטוב.

דער יעצטיגער אויפרייס, וואס האט פארוואונדעט צוויי מענטשן, איז ווארשיינליך אקטיוויזירט געווארן דורך א דראט וואס איז אונטערגעלייגט געווארן מיט'ן ציל אויפצורייסן ווען עמיצער וועט דארט פארבייגיין.

דאס איז שוין דער פערטער אזא אויפרייס אין שטאט זינט אנהייב דעם חודש. די ערשטע דריי, וואס האבן אומגעברענגט צוויי מענטשן און פארוואונדעט צוויי אנדערע, זענען אוועקגעשטעלט געווארן אויף די טרעפ פון הייזער.

די פריערדיגע עקספלאזיעס האבן באטראפן שווארצע און היספאנישע, וואס האט געפירט די פאליציי צו טראכטן אז די אטאקעס קומען מיט ראסיסטישע צילן, אבער די לעצטע אטאקע האט פארוואונדעט צוויי ווייסע.

די פאליציי שלאגט פאר א באלוינונג פון הונדערט-טויזנט דאלאר צו דעם וואס וועט ברענגען די נויטיגע אינפארמאציע צו טרעפן דעם שולדיגן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל