פון קפה נמס
ס'איז פאר יעדן באקאנט די מעכטיגע כח וואס א צייטונג פארמאגט. מען קען אלץ צוריקגיין צו אמעריקאנער היסטאריע אדער היסטאריע אין אייראפע אדער רוסלאנד, וואו צייטונגען האבן אלץ געשפילט א ראלע צו אונטערשטיצן פאליטישע פארטייען און איבערוועגן דעם דעת הקהל אויף איין צד מער ווי א צווייטן.
אבער עס פעלט נישט אויס צו גיין אזוי ווייט; אונז האבן ב"ה אונזערע אייגענע משלים. אין די לעצטע דור-צוויי אין די חרדי'שע ציבור, האבן היימישע צייטונגען אלץ געדינט דעם ציל צו באשיצן די אינטערעסן פון איין זייט אין א מחלוקה קעגן דעם אנדערן געווענליך שטערקערן זייט.
אזוי האט זיך געעפנט די בעלזער "מחנה החרדי" אין תש"מ ווען סאטמאר האט זיי געקענט כמעט צומאלן, אזוי איז אויפגעקומען די "יתד נאמן" ווען די ליטווישע האבן געדארפט ארויסשרייען זייער ווייטאג קעגן די חסידי'שע דיסקרימינאציע, אזוי איז ארויסגעוואקסן "דער בלאט" ווען ר' אהרן ט"ב'ס מענטשן האבן געוואלט ענטפערן מיט א מלחמה קעגן די פירער אין די צד שכנגד, און אזוי איז צום לעצט ארויסגעקומען לאור עולם די "המבשר" ווען די אלגעמיינע חסידי'שע עולם האט זיך געפילט נישט רעפרעזענטירט אין די ביז דעמאלטדיגע "המודיע". די צייטונגען האבן געווענליך מיט זייער ערעפענונג געברענגט א ווענדפונקט אין א מחלוקה ווי עס איז פלוצלינג געווארן צוויי אייניגע כוחות אנשטאט א רודף און א נרדף.
הצד השוה פון די אלע אויבנדערמאנטע צייטונגען איז געווען אז זיי האבן רעפרעזענטירט א ציבור, זיי האבן מיט זיך פארגעשטעלט א אנגענומענע מיינונג פון א קבוצה פון מענטשן. כמובן, אז זיי האבן זיך געשלאגן אויף א דעת הקהל פון א מער פאסיווע אומבאשלאסענע ציבור, אבער זיי האבן פארטרויטן א קבוצה.
דעם מורא'דיגן כח וואס א צייטונג קען האבן, האט אנערקענט א יוד פון בני ברק וואס איז געווען דער רעדאקטאר פון א היימישע צייטונג פאר לאנגע יארן און גענוצט מיט דעם די פאוער צו זיין א משפיל גאים ומגביה שפלים. ער איז אבער אויפגעקומען מיט א נייע פענאמענען, דהיינו, נישט נאר וואס א צייטונג איז א געלונגענע מיטל צו לוחם זיין פאר א ציבור און באשיצן א פארטיי, נאר א צייטונג קען זאגאר ווערן גענוצט צו מאכן א ציבור, צו געבוירן א פארטיי.
ווען דער אויבנדערמאנטער פון ב"ב איז געווארן אראפגעשטופט פון זיין מאכטפולע פאזיציע, האט ער געוואוסט איין זאך: מען דארף ארויסגעבן א נייע צייטונג! אבער שוין! מען האט נאך דאן נישט געוואוסט ווער וועט קויפן אדער ליינען דעם נייעם פאפיר, ווער וועט עס שטיצן, מען האט נאך אפילו נישט געוואוסט קלאר וואספארא שיטה וועט די צייטונג פארשטעלן און אויף וואס וועט מען לוחם זיין. אבער א צייטונג וועט זיין.
קוקט נאך דעם דאטום און די דעמאלסדיגע השתלשלות הדברים. הג"ר שמואל אויערבאך זצ"ל איז נאך בכלל נישט געווען פארזיכערט אויף יענע זייט. די שאלה פון זיך שטעלן צו לשכת הגיוס איז נאכנישט געווען רעלעוואנט. די "בני תורה" פארטיי האט נאכנישט עקזיסטירט. אבער ער האלט זיך ביי זיינעם "מען דארף צום ערשט אויפשטעלן א צייטונג" און נאכדעם וועט מען שוין ספינען די ריכטיגע 'דעת תורה' הצרופה והמסורה מדור דור...
און ער איז געווען גערעכט, און נאך ווי. במשך די לעצטע פינעף זעקס יאר האב איך מיך צוזאמגעהערט פון מיינע לאנגיעריגע פריינט אין די "פלג הירושלמי" אזויפיל סתירות און אומגלויבליכע אויפגעבלאזענע פאקטן אז איך בין כמה וכמה פעמים שיעור נישט צופלאצט געווארן, וליהוי ידוע אז מען רעדט דא פון קלוגע און זאכליכע יונגעלייט, ובתוכם ערנסטע ת"ח און נארמאלע מענטשן.
איך רעד פון דעם אז אזעלכע וואס וואלטן אין זייער לעבן נישט געגלייבט קיין צענטל פון די שרעקעדיגע מעשיות פון פאשקעווילן וועגן 'חאפערים' וואס טוען "מעשה נבלה" ביי זיי אין חצר, האבן עס איבערגעזאגט מיט אייפער נישט קענענדיג אנצייכענען אויף אפילו איין נאמען פון א פארכאפטער. עקסטרעמע שיטות וואס אפי' קיצונים וואלטן זיך געשעמט דערמיט איז געווארן פלוצים נארמאל און א דרך המסורה.. בריוון מיט הוראות צו א"י'דיגע ראשי ישיבות פון נאוואמינסקער רבי מיט ר' מלכיאל קאטלער וואס וואלט צעהן יאר צוריק אפי' קיין 'דזשאוק' נישט געווען איז פלוצלינג געווארן א מכתב קודש פון גדולי התורה שבגולה. יונגעלייט וואס וואלטן צעהן יאר צוריק ניטאמאל א בליק געגעבן אויף די וועכנטליכע הכרזות און מחאות פון די גאב"ד פון די עדה זענען געשטאנען שעות ארוכות ביי הפגנות אן קיין ציל און אויפטוה.
און די צייטונג האט געדארפט כסדר אויפקומען מיט פרישע חידושים כדי עס זאל בלייבן רעלעוואנט. פון די צייטן פון לפיד וואס מען האט געדארפט שטיצן די נייע הוראה פון זיך נישט שטעלן צו לשכת הגיוס, איז שפעטער געווארן א שיטה פון "צאו והפגינו בשווקים וברחובות". ווען ימי לפיד האבן זיך געענדיגט און מען האט מצליח געווען צו לעכערן די חוק הגיוס האט קיינער נישט געטראכט אז מ'גייט יעצט פארמאכן די צייטונג און די פארטיי, איז דעמאלס אויפגעקומען די מלחמה אין די "וועד הישיבות". ווען דאס האט אויסגעוועפט האט מען געפירט די מערכה צו די אמעריקאנע רבנים און דעמאלס איז מען אויפגעקומען מיט די טאקטיק צו רעדן פון די ספרדי'שע בחורים.
אינצווישן איז געווען נאך א טוץ ערנסטע מערכות פאר 'כבוד שמים' וואס דאס האט אלץ געגעבן די לעגיטימאציע און אפיציעלע סיבה פארוואס מען האלט אן די צייטונג און פארטיי, פון לוחם זיין אויף חינוך הטהור ביז די לעצטע באלון מערכה אויף "גיוס בנות". אונטער'ן טיש האט מען זיך אלץ אזוי צונויפגערעדט אז ממה נפשך מוז מען צוטיילן די ליטווישע וועלט, פשוט ווייל מ'קען נישט טראסטן רב שטיינמן און זיינע דעות קענען גאר זיין מסוכן. שוין, האמיר נאך א סיבה פאר די צייטונג און פארטיי..
גלייבט'ס מיר, ס'איז נאך עוד ידם נטוי', מען קען נישט וויסן וויפיל נאך מחלוקת און מערכות גייט אלץ אויפקומען כדי די וואס זענען הונגעריג נאך מאכט זאלן בלייבן אויף א פאזיציע. רב שטיינמן איז שוין נישטא, די חוק הגיוס המתוקן איז שוין בטל, אבער די "הפלס" שטייט נאך.
אין א געלונגענע און בליציגע מהלך זענען די גרופע סטראטעגיסטן ארויסגעקומען נאך ביום פטירתו פון ר' שמוא' אויערבאך זצ"ל אז רבינו האט נאך בחייו אויפגענומען א נייע "מועצת גדולי עולם התורה" פון צוועלף רבנים וראשי ישיבות וואס זאל זיין אין א בחינה פון "זה לעומת זה" קעגן די "מועצת גדולי התורה" פון דגל התורה. מיט דעם האט מען קאנאניזירט און אוועקגעשטעלט אז עס איז נישטא קיין וועג צוריק און דא וועט בלייבן צוויי באזונדערע ליטווישע גרופעס עד ביאת המשיח. (איך גיי נישט דא מעסטן די קנה מדה פון ת"ח, אזויפיל קענט איר וויסן אז אויף קיין איינער פון די צוועלף איז קיינעם נישט איינגעפאלן אז זיי זאלן ווערן א חלק פון די "מועצת גדולי התורה" ווען מ'האט עס מחדש געווען אין שנת תשע"ב).
און אט אזוי שרייבן היינט (מאנטאג) די רבנים אין א געמיינזאמע בריוו לכבוד די ערשטע זיצונג: "וחובתנו לחזק כל מפעליו אשר מסר נפשו על קיומם ודאגתם היתה חקוקה על לוח לבו הטהור, ויש לציין כי מה שהוקם ראשונה ומעמיד כל המערכות כולן הוא בטאון עולם התורה הפלס אשר כתב על גודל נחיצותו כי הוא יסודה וקיומה של תורה והרבה גופי תורה תלויים בו, והכל יודעים עד כמה היה צופה למרחוק כי בלעדי השופר הנאמן הזה לא היתה ח"ו תקומה וכו' ".
נו, דארף איך נאך קומען דא פארציילן וואס איז געווען "הוקם ראשונה" נאך פאר די גזירות אפילו ? איך דארף נאך שרייבן ווער ס'איז די "מעמיד כל המערכות" און וואס איז די עיקר און "יסוד" ?

אנטשולדיגט, אבער עס איז ראטזאם אז מ'זאל כאטש שרייבען די מקור הדברים, און געבען קרעדיט פאר דער וואס עס קומט זיך איהם.
השבמחקקפה נמס פון קאוועשטיבעל האט געשריבען די מאמר.
איר האט מעגליך נישט באמערקט, אבער מיר האבן געגיבן קרעדיט, גאנץ אויבן
מחקקפה נמס מיינט גארנישט, עס איז נישט זיין עכטע נאמען. עס איז זיין ניק אויף קאוועשטיבעל. ווען דו נעמסט פון דארט, קומט זיך זיי קרעדיט. און
השבמחקדער אנגענומענער מהלך אין דער אינטרנט איז קרעדיט צום אנדערע סייט, ווי אויך א לינק. Kaveshtiebel.com צאלט געלט אז מ׳זאל דארט שרייבען און רעאגירען, ואיך יבוזו זרים חילם
השבמחקהוסף רשומת תגובה