פארשטייערס פאר געלע-טאקסי אייגנטימער קריטיקירן א געוויסן קרעדיט יוניאן פאר זיינע אגרעסיווע טאקטיקן ביים איינקאסירן חובות פון די 'מעדאליאן' אייגנטימער.

'מעלראוס קרעדיט יוניאן' ווערט באשולדיגט דורך די אייגנטימער פון 'מעדאליאנס' -- דער לייסענס צו פארמאגן א געלן טאקסי -- אין הייבן די אינטערעסט-ראטעס און אנדערע זאכן וואס פירן די בעלי חובות דערשטיקט צו ווערן אונטער דעם לאסט.

דער פרעזידענט פאר דער 'קאמיטע פון טאקסי זיכערהייט', דעיוויד בייער, ווייזט אן אז די געלע טאקסיס שטייען לעצטנס אויס פון א סך קאנקורענץ פון 'אובער' און אנדערע אזעלכע קאר-סערוויס באדינונגען, אבער די קרעדיט יוניאן וויל נישט קעגנקומען די טאקסי אייגנטימער מיט'ן פארגרינגערן די טערמינען פון דער הלוואה.

בייער ווייזט אן אויף איין אזא געלע-טאקסי דרייווער, וועלכער האט זיך מיט צוויי וואכן צוריק גענומען דאס לעבן נאכ'ן אונטערברעכן דעם לאסט פון די חובות.

די טאקסי-מעדאליאן אייגנטימער טענה'ן דערצו אויך, אז די שטאט וואלט געדארפט נאך מער באגרעניצן די צאל מעדאליאנס וואס זי טיילט אויס, כדי צו די אייגנטימער זאלן קענען מאכן גענוג געלט אין דעם אנגעלייגטן מארקעט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל