סיטי-קאנסילמאן חיים דייטש, דעמאקראט פון שיפסהעד בעי, האט אויסגעדריקט שטיצע פאר'ן פלאן פון בייטן דעם נאמען פון א גאס אין ברייטאן ביטש וואס איז פריער אנגערופן געווארן אויף אן אויסגעשפראכענעם שונא ישראל.

'קארבין פלעיס' איז אזוי אנגערופן געווארן אויפ'ן נאמען פון אוסטין קארבין, וועלכער האט געגרינדעט דעם 'לאנג איילאנד רעילראוד סיסטעם' אינעם ניינצנטן יארהונדערט, אבער איז זיינער-צייט באקאנט געווען אלס אויסגעשפראכענער אנטיסעמיט.

די גאס, וואס וועט בלייבן הייסן קארבין פלעיס, וועט באקומען נאך א נאמען, 'מארגארעט קארבין', וועלכער האט געקעמפט פאר דער אמעריקאנער אומאפהענגיגקייטס קריג אין דזשארדזש וואשינגטאנ'ס ארמיי.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל