אין א רוף צו רעפובליקאנער געזעצגעבערס צו באגרעניצן צוטריט צו וואפנס איבער אמעריקע, האט דער דעמאקראטישער סענאטאר פון ניו יארק, טשאק שומער, זיך באצייכנט אלס דער "שונא נומער איינס" פון דער ען-אר-עי.

שומער פארלאנגט פאר סענאט-מאיאריטעט פירער, מיטש מעקאנעל, ווי אויך קאנגרעס ספיקער, פאול ראיען, פארצושלאגן פרישע געזעצן וואס זאל פארלאנגען א שטרענגערע איבערזיכט אויף די וואס ווילן זיך איינהאנדלען געווער.

שומער טענה'ט אז די ען-אר-עי רעפרעזענטירט א קליינע מינאריטעט אמעריקאנער, אבער האט א סך מאכט און איינפלוס אויף די הויכע פענסטערס אין וואשינגטאן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל