באריכטן אין דער אראבישער פרעסע מעלדן וועגן א סעריע אטאקעס וואס די מדינת ישראל לופט-כוחות האבן דורכגעפירט אויף דער 'כעזבאלא' טעראר-גרופע ביי דער סיריע-לבנון גרעניץ מיט מדינת ישראל.

די איראן-געשטיצטע גרופע האט אפגעלייקנט די באריכטן, און די צענטראלע לעבאנעזישע רעגירונג האט עס אויך נישט באשטעטיגט.

א ווארטזאגערין פאר דער מדינת ישראל ארמיי, וועמענס פאליסי איז נישט צו דיסקוסירן אקציעס וואס זי פירט דורך אין אנדערע לענדער, האט רעאגירט בלויז מיט'ן זאגן אז דאס מיליטער "ווייסט צו זאגן וועגן די באריכטן" איבער די אטאקעס, אבער האט זיי נישט באשטעטיגט אדער אפגעלייקנט.

די מדינת ישראל רעגירונג האט לעצטנס עטליכע מאל ווידערהאלט אז זי וועט צעשטערן יעדן פרואוו פון כעזבאלא זיך איינצושאפן סאפיסטיקירטע וואפנס וואס קענען געניצט ווערן קעגן מדינת ישראל.

בילד.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל