וואשינגטאן – די אמעריקאנער עקאנאמיע האט צובאקומען 313 טויזנט דזשאבס אינעם מאנאט פון פעברואר, זייענדיג די סאמע העכסטע מאנאט פון דזשאב וואוקס זינט אינמיטן יאר 2016, און איבערראשנדיג עקאנאמיסטן, וועלכע האבן געהאט ערווארטעט א מאקסימום פון פרישע 235 טויזנט דזשאבס פאר'ן מאנאט. אין דער זעלבער צייט איז דער פראצענט פון ארבעטסלאזע איבער'ן לאנד געבליבן שטיין ביי 4.1 פראצענט, וואס דאס איז שוין דער פינפטער מאנאט וואס עס האלט ביי דעם שטאפל. דער סטאק מארקעט האט גאר פאזיטיוו רעאגירט צום דזשאבס באריכט, און גלייך ווען די ציפערן זענען ארויסגעקומען פרייטאג אינדערפרי, האט מען געזען אלע סטאק אינדעקסעס שטייגן.
הוסף רשומת תגובה