פלארידע – דער פלארידע גאווערנאר ריק סקאט האט געמאלדן, אז ער האט פארארדנט פלארידע פאליציי אפיצירן צו העלפן באוואכן די שולע אין פארקלענד, וואו די שיסעריי האט פאסירט מיט עטליכע וואכן צוריק, מיט זיבעצן פאטאליטעטן. גאווערנאר סקאט'ס פארארדענונג קומט נאכדעם וואס מען האט געהערט פון א סעריע זיכערהייט אינצידענטן אין דער שולע, אריינגערעכנט דאס וואס צוויי סטודענטן זענען ארעסטירט געווארן בשעת זיי האבן אריינגעברענגט מעסערס מיט זיך אין דער שולע. "מיר וועלן זיך נישט אפשטעלן פאר גארנישט, צו באשיצן אונזערע סקולס און אונזערע סטודענטן" – האט גאווערנאר סקאט דערקלערט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל