דער נייער דעמאקראטישער פירער פון וועסטשעסטער קאונטי, דזשארדזש לעטימאר, האט דערקלערט אז פון היינט און ווייטער וועט די קאונטי זיין א "סענקשוערי קאונטי", וואס באדייט אז זיי וועלן באשיצן אומלעגאלע אימיגראנטן. לעטימאר האט לעצטנס איבערגענומען די פאזיציע פון קאונטי עקזעקוטיוו אין וועסטשעסטער, און אצינד האט ער געזאגט אז די קאונטי וועט זיך אנשליסן אינאיינעם מיט אנדערע דעמאקראטישע סיטיס און מוניציפאליטעטן וועלכע קאאפערירן נישט מיט די פעדעראלע אימיגראציע ענפארסמענט אפיצירן, ווען זיי קומען פארלאנגען רעקארדס און אינפארמאציע אויף אומלעגאלע אימיגראנטן, אדער ווען זיי קומען דורכפירן ארעסטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל